Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צפֿון־מאַקעדאָניע — פֿון די עלטסטע ייִדישע קהילותNorth Macedonia – one of the oldest Jewish communities

נאָך אין דער תּקופֿה פֿונעם בית־שני האָבן ייִדן געוווינט אינעם לאַנד, וואָס וויל איצט ווערן אַ מיטגליד פֿון אייראָ־פֿאַרבאַנד.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט צפֿון־מאַקעדאָניע — אַ קליין לאַנד אין צענטראַל־אייראָפּע — נישט איין מאָל אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג צו ווערן אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דעם 30סטן נאָוועמבער איז אינעם קראָקעווער זשורנאַל „נײַע מיזרח־אייראָפּע‟ דערשינען אַן אינטערעסאַנטער באַריכט וועגן דעם פֿון ד״ר ראַדאָסוועטאַ וואַסיליעוואַ. אין דער פּרעסע ווערט אָבער זעלטן דערמאָנט, אַז די צפֿון־מאַדעקאָנישע ייִדישע קהילה איז איינע פֿון די עלטסטע אויף דער וועלט.

בולגאַריע האָט אַ רעפּוטאַציע ווי דאָס לאַנד, וואָס האָט געראַטעוועט אַלע אירע ייִדן בעתן חורבן, נישט געקוקט אויף דער אַליאַנץ פֿון איר קיניג, באָריס דעם דריטן, מיט די נאַציס. שמואל אַרדיטי, אַ בולגאַריש־געבוירענער ישׂראלדיקער שרײַבער, באַטאָנט אין זײַן בוך „דער מאַן, וועלכער האָט אָפּגעשפּילט היטלער‟, אַז זײַן היימלאַנד האָט געשפּילט אַ הויפּטראָלע אינעם ראַטעווען אַ ממשותדיקן טייל אייראָפּעיִשע ייִדן, הגם דער קיניג האָט געמוזט דעפּאָרטירן אַ געוויסע צאָל אָרטיקע ייִדישע נישט־בירגער.

בעת דער מלחמה האָט בולגאַריע אָקופּירט אַ גרויסן שטח פֿון דער הײַנטיקער צפֿון־מאַקעדאָניע; פֿון דאָרט האָט מען יאָ פֿאַרשיקט ייִדן אין די טויטלאַגערן — בערך 7,000 נפֿשות. די שטיצער פֿונעם קיניג באָריס באַטאָנען, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אַנדער ברירה. אַזוי צי אַנדערש, האָט צפֿון־מאַקעדאָניע זיכער נישט געשפּילט קיין דירעקטע פֿינצטערע ראָלע אינעם חורבן; אַזאַ באַזונדער לאַנד איז דאָך ביז לעצטנס בכלל נישט געווען בנימצא.

וויכטיק איז דער פֿאַקט, אַז ייִדן האָבן פֿון קדמונים אָן נישט געליטן אויפֿן שטח פֿונעם איצטיקן פּאָטענציעלן מיטגליד פֿון אייראָ־פֿאַרבאַנד. אויף דער מאַפּע פֿונעם אַלטן ייִדישלאַנד איז קיין בולגאַריע, מאַקעדאָניע, יוגאָסלאַוויע נישטאָ — אַחוץ געוויסע צפֿון־סערבישע שטעטלעך בײַ דער אונגערישער גרענעץ, ווײַל די ייִדישע קהילות אין די דאָזיקע לענדער זענען ספֿרדישע; זייער מאַמע־לשון איז לאַדינאָ. די ערשטע ייִדן האָבן זיך אָבער דאָרטן באַוויזן מיט 2,000 צוריק, אויב נישט נאָך פֿריִער.

אין זײַן בוך „דאָס שליחות צו קײַוס‟, אָנגעשריבן אינעם יאָר 40, גיט איבער דער באַרימטער ייִדישער פֿילאָסאָף פֿילאָן, באַקאַנט אין די היסטאָרישע ספֿרים ווי ידידיה היהודי, זײַן דיפּלאָמאַטישע מיסיע צום רוימישן אימפּעראַטאָר גײַוס (אָדער קײַוס) קאַליגולאַ. אין אַלעקסאַנדריע, וווּ דער דענקער האָט געוווינט, זענען אינעם יאָר 38 אויסגעבראָכן שאַרפֿע סיכסוכים צווישן ייִדן און גריכן, וועלכע האָבן זיך אויסגעגאָסן אין אַ פּאָגראָם. פֿילאָן גיט איבער, אַז אַגריפּאַ דערמאָנט אין זײַן בריוו צו קאַליגולאַ, צווישן אַנדערע ערטער, ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער צפֿון־מאַקעדאָניע — דעמאָלט אַ רוימישע פּראָווינץ. נישט ווײַט פֿון דער שטאָט גראַדסקאָ האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט רעשטלעך פֿון אַ שיל, וואָס שטאַמט פֿון יענער ווײַטער תּקופֿה.

סלאַווישע שבֿטים, צוזאַמען מיט די בולגאַרן — לכתּחילה אַ טורקיש נאָמאַדיש פֿאָלק — האָבן זיך באַוויזן אויף די באַלקאַנען אינעם זעקסטן יאָרהונדערט. אינעם נײַנטן יאָרהונדערט, ווען דער בולגאַרישער קיניג באָריס דער ערשטער האָט אָנגענומען דעם ביזאַנטיש־גריכישן נוסח קריסטלעכקייט ווי זײַן מלוכישע רעליגיע, איז עס געווען אַ סלאַוויש לאַנד. די אָרטיקע ייִדן האָבן אָבער ביזן 15טן יאָרהונדערט אָפּגעהיט אַ פֿאַרבינדונג מיט רוים און געפֿאָלגט די מינהגים פֿון דער רוימישער ייִדישער עדה — די ראָמאַניאָטן. אין סקאָפּיע, די הויפּטשטאָט פֿון צפֿון־מאַקעדאָניע, איז די ערשטע באַקאַנטע שיל אויסגעבויט געוואָרן אין 1366. אין אָכריד, אַן אַנדער אוראַלטער שטאָט, האָט אין יענער תּקופֿה געוווינט הרבֿ יהודה־לאון מוסקוני — אַ וויכטיקער גמרא־מפֿרש, בעל־דיקדוק און פֿילאָלאָג.

ווען דאָס לאַנד איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, זענען אַהין אָנגעקומען אַ סך ייִדן; די קליינע קהילה איז זיך באַזונדערס צעוואַקסן נאָכן גירוש־ספֿרד און באַקומען דעם שפּאַניש־ספֿרדישן טעם. אין 1689 האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין סקאָפּיע באַטראָפֿן 5 פּראָצענט — 3 פֿון 60 טויזנט. די באַציִונגען מיט דער נישט־ייִדישער סבֿיבֿה זענען געבליבן פֿרײַנדלעך אי אונטער דער קריסטלעכער, אי אונטער דער מוסולמענישער מאַכט.

ווי געזאָגט, האָט די ייִדישע קהילה אין צפֿון־מאַקעדאָניע געפֿערלעך געליטן בעת דער נאַצי־אַליִיִרטער בולגאַרישער אָקופּאַציע; טויזנטער ייִדן פֿון סקאָפּיע, סטיפּ און ביטאָלע זענען אומגעקומען. הײַנט וווינען אין צפֿון־מאַקעדאָניע בלויז אַרום 200 ייִדישע תּושבֿים; אַ סך פֿון זיי שטאַמען נישט פֿון דער גענגט. פֿון דעסט וועגן, בלײַבט די קליינע קהילה אַקטיוו און שטאָלצירט מיט איר אוראַלטן ייִחוס.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.