ווידעאָ: ייִדיש ליד באַשרײַבט פֿאַר וואָס מיר זענען אַלע נאַראָניםWATCH: Yiddish song explains why we’re all fools
סאָלאָמאָן שטראַמערס לויבגעזאַנג צום פּעסימיזם איז פֿול מיט הומאָר און האָט וואָס צו זאָגן וועגן די מענטשלעכע באַציִונגען.
בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די דײַטשן צעשטערט ס׳רובֿ ייִדישע פּלאַטעס וואָס זיי האָבן געפֿונען. און דאָך האָבן זיך געראַטעוועט טויזנטער אַלטע רעקאָרדירונגען, פּראָדוצירט אין מיזרח־אייראָפּע. ס׳רובֿ פֿון זיי האָט מען אָבער נאָך ניט דיגיטאַליזירט.
לעצטנס האָט דער ראַדיאָ־מוזיי אין האַרטהאַוזן, דרום־דײַטשלאַנד, געשטעלט אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל אַ חנעוודיקע רעקאָרדירונג פֿון רומעניע, וואָס מע האָט געמאַכט אין 1929, אין וועלכן דער אַקטיאָר און זינגער סאָלאָמאָן שטראַמער פֿירט אויס דאָס ליד „דער נאַר“. אינעם פּעסימיסטיש ליד באַקלאָגט ער זיך, אַז ניט געקוקט אויף וואָסערע באַשלוסן מע זאָל מאַכן אינעם לעבן, זעט מען סײַ ווי סײַ אויס נאַריש. אַזוי ווי הענק וויליאַמס באַרימט ליד I’ll never get out of this world alive (איך וועל קיינמאָל ניט איבערלעבן די וועלט), וואָס איז טעמאַטיש זייער ענלעך, איז קלאָר פֿונעם זינגען אַז מע מיינט די ווערטער סײַ ערנסט, סײַ ווי אַ וויץ. און אַזוי ווי מאָטי אילאָוויטשעס „יעדער קיינער“, קען מען אויך באַטראַכטן „דער נאַר“ ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם קאָנפֿאָרמיזם, ווײַל ס׳איז קודם־כּל אַ קאָמענטאַר אויף דעם, וואָס אַנדערע זאָגן.
סאָלאָמאָן שטראַמער איז געווען אַ פּאָפּולערער זינגער און אַקטיאָר אין רומעניע. ביז 1926 האָט זײַן טרופּע, „דער רומענער נאַציאָנאַלער הבימה־טעאַטער“, געהאַט אַ מאָנאָפּאָל אויפֿן שפּילן ייִדיש־שפּראַכיקן טעאַטער אין די זימבערג (טראַנסילוואַניע). פֿון 1925 ביז 1930 האָט ער גאַטסראָלירט איבער גאַנץ אייראָפּע און געשפּילט אַ געוויסע צײַט אין לאָנדאָן און ניו־יאָרק. צו יענער צײַט האָט ער אויך געמאַכט מער ווי 70 רעקאָרדירונגען אין רומעניע, דײַטשלאַנד, עסטרײַך, אַמעריקע און ענגלאַנד. אין 1931 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, די אַקטריסע קלאַרע שטראַמער, זיך באַזעצט אין אַרגענטינע, וווּ זיי זענען באַלד געוואָרן שטערן אויף דער ייִדישער בינע. ער איז אַוועק אין 1978.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor