Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווײַסרוסישע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה פֿאַרמישפּט פֿאַרן פּראָטעסטירן קעגן דער רעגירונגHolocaust survivor in Belarus convicted of protesting government

עליזאַוועטאַ יאַקאָוולעוונאַ בורסאָוואַ האָט באַקומען אַ געלטשטראָף פֿאַרן אויפֿהענגען די פֿאָן פֿון דער אָפּאָזיציע.

אַ 87־יעריקע ייִדישע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אין מינסק פֿאַרן אויפֿהענגען אויף איר באַלקאָן די פֿאָן פֿון דער ווײַסרוסישער אָפּאָזיציע. עליזאַוועטאַ יאַקאָוולעוונאַ בורסאָוואַ האָט באַקומען אַ געלטשטראָף פֿון כּמעט איר גאַנצער חודשלעכער פּענסיע פֿאַרן אָנטייל נעמען אין אַ „ניט־אויטאָריזירטער מאַסן־דעמאָנסטראַציע“.

בורסאָוואַ האָט זיך פֿאַרטיידיקט אין אַ מינסקער געריכט, טענהנדיק, אַז זי האָט בכלל ניט געוווּסט אַז די פֿאָן איז געווען אומלעגאַל. זי איז טאַקע גערעכט — די פֿאָן איז דערווײַל נאָך ניט פֿאָרמעל אומלעגאַל אָבער געוויסע געזעץ־געבער ווילן זי פֿאָרט פֿאַרווערן. די פֿאָן, וואָס איז הײַנט פֿאַרבונדן מיט דער אָפּאָזיציע, איז געווען דער עמבלעם פֿון דער ווײַסרוסישער פֿאָלקס־רעפּובליק, וואָס מע האָט געגרינדעט אין 1918 און וואָס די סאָוועטן האָבן באַזײַטיקט אין 1919.

בורסאָוואַ האָט דערמאָנט בײַם פּראָצעס אַז דער ווײַסרוסישער דיקטאַטאָר אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ האָט אַליין גענוצט אָט די פֿאָן במשך פֿון די ערשטע צוויי יאָר פֿון זײַן הערשאַפֿט. לוקאַשענקאָ האָט אין מײַ געטענהט אַז ער האָט געוווּנען אַ זעקסטע קאַדענץ, נאָר ס׳רובֿ אָבסערוואַטאָרן האַלטן די וואַל־רעזולטאַטן פֿאַר געפֿעלשטע. זינט דעמאָלט איז אַרויסגעוואַקסן אַ ריזיקע פּראָטעסט־באַוועגונג מיטן ציל צו באַזײַטיקן לוקאַשענקאָן פֿון דער מאַכט.

„לוקאַשענקאָס רעזשים האָט אַ תּל געמאַכט פֿון דער פֿרײַהייט אין לאַנד, חרובֿ געמאַכט די פֿונדאַמענטן פֿון דער מענטשהייט בײַ אונדז און אַ סוף געמאַכט צו אַלע מלוכישע נאָרמעס“, האָט בורסאָוואַ איבערגעגעבן דער „ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור“ דורך איר פּלימעניק, אַלעס בעלי. „אַפֿילו איך, אַ זקנה, קען ניט שטיין פֿון דער ווײַטנס און ניט קומען אויף די פּראָטעסטן. איך קען ניט מאַכן דעם אָנשטעל, אַז דאָס אַלץ גייט מיר ניט אָן“.

מע האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטראָף אויף בורסאָוואַ פֿון 405 רובל, אַן ערך $160. איר גאַנצע חודשלעכע פּענסיע באַשטייט פֿון אַרום 600 רובל.

„ווײַסרוסלאַנד בלײַבט מערסטנס איזאָלירט פֿון דער וועלט, בפֿרט בשעת דער איצטיקער פּאַנדעמיע“, האָט בעלי איבערגעגעבן דער „ייִט׳׳אַ“. „ס׳איז זייער וויכטיק, מע זאָל מפֿרסם זײַן די איבערלעבונגען פֿון די פּשוטע מענטשן דאָ… דאָס וועט אונדז מיט דער צײַט העלפֿן צו נאָרמאַליזירן דעם מצבֿ“.

דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרווערט די פֿאָן פֿון דער אַמאָליקער ווײַסרושיער פֿאָלקס־רעפּובליק נאָך דעם וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט און אַנעקסירט מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד אין 1939. די דײַטשן האָבן אָנגענומען די פֿאָן ווי דער עמבלעם פֿון די ווײַסרוסישע סאָלדאַטן, וואָס מע האָט אַרײַנגענומען אין דער נאַציסטישער אַרמיי. דערפֿאַר טענהן געוויסע שטיצער פֿון לוקאַשענקאָ, אַז די פֿאָן איז בעצם אַ פֿאַשיסטישע.

די געשיכטע איז אָבער אַ סך מער קאָמפּליצירט. דער שאַפֿער פֿון דער פֿאָן, קלאַוודזשי דושעווסקי, האָט ניט נאָר ניט קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן, נאָר מע האָט אים פֿאַרשיקט אין אַן אומברענג־לאַגער צוליב דעם וואָס ער האָט אויסבאַהאַלטן זײַנע ייִדישע שכנים אין זײַן קעלער. אין די 1950ער ביז די 1980ער יאָרן איז די פֿאָן בכלל ניט געווען פֿאַרבונדן מיטן פֿאַשיזם, נאָר מיט דער אָפּאָזיציע צו דער סאָוועטישער ממשלה. נאָך דעם וואָס לוקאַשענקאָ איז געקומען צו דער מאַכט, האָט ער באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון אָט דער פֿאָן. זינט דעמאָלט איז זי געוואָרן אַ סימבאָל פֿון די, וואָס ווילן באַזײַטיקן דעם לאַנגיאָריקן דיקטאַטאָר.

בורסאָוואַ איז געפֿאָרן מיט דער סאַמע לעצטער עוואַקואַציע־באַן וואָס האָט נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרלאָזט וויטעבסק. אַחוץ איר מאַמע און באָבע, זענען כּמעט אַלע אירע קרובֿים דערהרגעט געוואָרן אין די געטאָס און לאַגערן, אָדער אומגעקומען קעמפֿנדיק אויפֿן פֿראָנט. פֿון דעסט וועגן האָט זי קיינמאָל ניט געוואָלט פֿאַרלאָזן ווײַסרוסלאַנד. „איך האָב עס שטאַרק ליב דאָ,“ האָט זי לעצטנס געזאָגט אַ רעפּאָרטער.

בורסאָוואַס פּלימעניק אַלעס בעלי האָט איבערגעגעבן, אַז בורסאָוואַ האָט אין די 1950ער יאָרן פֿאַרטראָטן ווײַסרוסלאַנד אין אַ ריי אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרטפֿאַרמעסטן. זי האָט געהאַלטן עטלעכע רעקאָרדן ווי די בעסטע ציל־שיסערין פֿון איר תּקופֿה אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד.

„זי האָט פֿאַרטיידיקט דעם כּבֿוד פֿון ווײַסרוסלאַנד נאָך איידער לוקאַשענקאָ איז אַפֿילו געבוירן געוואָרן“, האָט בעלי געזאָגט. בורסאָוואַ האָט איבערגעגעבן דער „ייִט׳אַ“, אַז זי פֿאָרט אָפֿט אויף מאַרשן און פּראָטעסטן מיט אַנדערע פּענסיאָנירטע. צי וועט זי פֿאָלגן דעם געריכטס באַפֿעל ניט עפֿנטלעך צו ווײַזן די פֿאָן? בורסאָוואַ איז ניט זיכער.

„ס׳איז שווער צו זאָגן, וואָס מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר ווי איך, וואָס זענען בכלל ניט קיין בראַווע העלדן, וועלן טאָן. די רעפּרעסיע איז דאָך אַזוי גרויס“, האָט זי געזאָגט. „בײַ מיר איז דער סימבאָליזם פֿון דער פֿאָן אפֿשר ניט אַזוי וויכטיק ווי בײַםן ייִנגערן דור. בײַ מיר איז עס אַ סימבאָל וואָס פֿאַראייניקט די גאַנצע געזעלשאַפֿט אין אָפּוואַרפֿן די ליגנס און גוואַלד־טאַטן. וואָס פֿאַר אַ סימבאָל פֿון ווידערשטאַנד מע זאָל ניט נוצן איז ניט דער עיקר. אויב מע קלײַבט אויס אַן אַנדער סימבאָל, איז אדרבה. דער עיקר דאָ איז אַחדות“.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version