ווידעאָ: זיסל סלעפּאָוויטש זינגט אַ ווײַסרוסיש פּראָטעסטליד אויף ייִדישWATCH: Zisl Slepovitch sings a Belarusian protest song in Yiddish
דעם ווידעאָ האָט ער געמאַכט ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט די, וואָס שטרעבן צו באַזײַטיקן דעם דיקטאַטאָר אַלכּסנדר לוקאַשענקאָ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
שוין 26 יאָר הערשט דער ווײַסרוסישער דיקטאַטאָר אַלכּסנדר לוקאַשענקאָ מיט אַן אײַזערנעם פֿויסט. ניט געקוקט אויף די ענדערונגען אין די לענדער וואָס רינגלען אַרום ווײַסרוסלאַנד, בלײַבט דער דאָזיקער בייזוויליקער אַנאַכראָניזם בײַ דער מאַכט, ניט דערלאָזנדיק קיין וואָרטפֿרײַהייט און מאַכנדיק זיך גרויס מיט סאָוועטישע סימבאָלן אַזש פֿון סטאַלינס צײַטן.
זינט ער איז דערוויילט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין 1994, האָט ער שוין פֿינף מאָל דורכגעפֿירט געפֿעלשטע וואַלן, כּדי צו מאַכן דעם אָנשטעל, אַז ער איז ניט קיין דיקטאַטאָר. אין 2001, 2006, 2010 און 2015 זענען ניט פֿאָרגעקומען קיין גרויסע לאַנג־דויערדיקע פּראָטעסטן נאָך די וואַלן, כאָטש כּמעט אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די רעזולטאַטן זענען ניט געווען לעגיטים. הײַיאָר איז דער מצבֿ זייער אַנדערש. פֿאַראַכטאָגן, נאָך אַ זעקסטער רונדע געפֿעלשטע וואַלן, האָבן צענדליקער טויזנטער ווײַסרוסן אָנגעהויבן אַ פּראָטעסט־באַוועגונג מיטן ציל צו באַזײַטיקן לוקאַשענקאָ.
ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט האָט זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין מינסק און האָט נאָך אַ סך קרובֿים און פֿרײַנד אין ווײַסרוסלאַנד, אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט אַ ווײַסרוסיש פּראָטעסט־ליד איבערגעזעצט אויף מאַמע־לשון. דאָס ליד „איך בין געבוירן געוואָרן דאָ“, וואָס דער דיסידענט־פּאָעט און מוזיקער לאַוואָן וואָלסקי האָט געשריבן אויף ווײַסרוסיש, זינגט ער צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער דינה. עס באַגלייט זיי אויף דער אוקולעלע זײַן פֿרוי מאַריאַנאַ סלעפּאָוויטש.
דעם אָריגינעלן נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
