ווידעאָ: דער פּחד בײַ ייִדן אום ניטלWATCH: The fear Jews felt on Christmas
מאַני לייבס ליד שילדערט גאָר אַן אַנדער חגא, ווי די וואָס מע פּראַוועט הײַנט אין אַמעריקע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לעצטנס האָט דער ליטעראַרישער איבערזעצער, פֿילאָלאָג און פּאָליגלאָט אַ. ז. פֿאָרמאַן אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער לייענט פֿאָר מאַני לייבס ליד „ניטל“ אויף ייִדיש, ווי אויך אין זײַן אייגענער אויסגעצייכנטער ענגלישער איבערזעצונג.
דאָס ליד איז אַ גוטע דערמאָנונג וועגן דעם, אַז כאָטש הײַנט אין אַמעריקע איז ניטל בײַ די ייִדן אַ פֿרײַער טאָג ווען מע גייט אין קינאָ אָדער מע שפּילט אין שאַך צי קאָרטן, איז ער פֿאַר אונדזערע אָבֿות אין מיזרח־אייראָפּע געווען אַ טאָג פֿון אימה און שרעק.
אויף דער אינטערנעץ קען מען טרעפֿן אַ סך אימפּאָנירנדיקע פּאָליגלאָטן אָבער צווישן זיי איז א. ז. פֿאָרמאַן אַ יוצא־דופֿן. ער איז ניט בלויז אַ פּאָליגלאָט, נאָר אַ ליטעראַרישער איבערזעצער און טאַלאַנטירטער רעציטאַטאָר, וואָס שאַפֿט פֿילמען אין וועלכע ער לייענט פֿאָר לידער אויף מער ווי 20 שפּראַכן, בײַנאַנד מיט זײַנע אייגענע ענגלישע איבערזעצונגען. אויף יוטוב לייענט ער אויך פֿאָר טעקסטן פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות — מע קען בײַ אים, למשל, הערן ווי עס האָט געקלונגען ענגליש אין דזשעפֿרי טשאָסערס און וויליאַם שייקספּירס צײַטן און העברעיִש בײַ פֿאַרשידענע ייִדישע עדות. אַחוץ מאַני לייב קען מען אויף פֿאָרמאַנס בלאָג אויך לייענען זײַנע איבערזעצונגען פֿון בערך אַ טוץ ייִדישע פּאָעטן, צוזאַמען מיטן ייִדישן אָריגינאַל, ווי אויך טעקסטן אויף 22 שפּראַכן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
