Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּראָפֿעסאָר פֿאַרגלײַכט העברעיִש מיט דער אַבאָריגענישער שפּראַך באַרנגאַרלאַScholar compares modern Hebrew and the Aboriginal language, Barngarla

אין זײַן נײַ בוך, פֿאָקוסירט זיך דער לינגוויסט גלעד צוקערמאַן אויף סטראַטעגיעס פֿון שפּראַך־אויפֿלעבונג.

פּראָפֿ׳ גלעד צוקערמאַן איז אַ באַקאַנטער לינגוויסט, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט וויכטיקע פֿאָרשונגען אויפֿן געביט פֿון שפּראַך־אויפֿלעבונג. צום מערסטן איז ער באַקאַנט פֿאַר זײַן אינטערפּרעטאַציע פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש ווי אַ האַלב־קינסטלעך לשון, געשאַפֿן מיט אידעאָלאָגישע צוועקן; אין זײַן נײַ בוך דערקלערט ער, אַז ענלעכע פּראָצעסן קומען איצט פֿאָר אין אויסטראַליע.

דער מחבר איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ; איצט פֿירט ער אָן מיטן אָפּטייל פֿון באַדראָטע שפּראַכן אינעם אַדעלאַיִד־אוניווערסיטעט, אויסטראַליע, און איז דער פּרעזידענט פֿון דער אויסטראַלישער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס. צווישן ייִדישיסטן איז צוקערמאַן אַ פּאָפּולערע פֿיגור. פֿון צום ווייניקסטן אַ טוץ ייִדיש־טוער האָב איך געהאַט געהערט שבֿחים צוליב זײַן באַטאָנען כּסדר, אַז דווקא ייִדיש איז די עכטע נאַטירלעכע שפּראַך פֿון די ייִדן – אָדער, גענויער צו זאָגן, איינער פֿון אַ גאַנצער ריי נאַטירלעכע לשונות. להיפּוך, העברעיִש שטעלט מיט זיך אַ מאָדערנעם היבריד־רעזולטאַט פֿון קאָמפּליצירטע פּאָליטיש־אידעאָלאָגישע פּראָצעסן.

די הײַנטיקע שפּראַך פֿון מדינת־ישׂראל דאַרף הייסן, לויט אים, נישט העברעיִש, נאָר ישׂראליש — דאָס אַלגעמיינע לשון פֿון אַלע בירגער, אַרײַנגערעכנט די אַראַבער. לכתּחילה אַ ציוניסטישע קינסטלעכע שאַפֿונג אויפֿן סמך פֿון היפּש איבערגעמאַכטן קלאַסיש לשון־קודש, איז די נײַע שפּראַך במשך פֿון עטלעכע דורות נאַטוראַליזירט געוואָרן… און געוואָרן דערבײַ אויס ייִדישלעך. אַ טייל זײַנע קאָלעגן באַטראַכטן זײַן חידוש ווי אַ פּאָליטישע פּראָוואָקאַציע; אַנדערע, בתוכם פּראָפֿ׳ דוד כּ״ץ, זענען בפֿירוש מסכּים מיט צוקערמאַנען.

וואָס האָט עס אָבער צו טאָן מיט אויסטראַליע? דאָס בלײַבט איינס פֿון די סאַמע פֿאַרשיידן־שפּראַכיקע לענדער אויף דער וועלט; די אָרטיקע אַלט־געזעסענע פֿעלקער רעדן אויף הונדערטער לשונות, וואָס געהערן צו 28 אין גאַנצן באַזונדערע משפּחות אָדער זענען יחידיש־אוניקאַל. צוליב דער געפֿערלעכער דיסקרימינאַציע און גענאָציד פֿון די אָרטיקע פֿעלקער דורך די אייראָפּעיִשע קאָלאָניזאַטאָרן, געפֿינען זיך ס׳רובֿ אַבאָריגענישע שפּראַכן אין אַ גרויסער סכּנה. אַגבֿ, ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז דאָס עצם־וואָרט „אַבאָריגענען‟ קלינגט פֿאַר די אוראַלטע תּושבֿים פֿון אויסטראַליע ווי אַ פּאַטש אין פּנים אַרײַן; זיי זענען נישט עפּעס אַ „ווילדע מאַסע‟, נאָר אַ גאַנצע וועלט מיט וועלטן.

Zuckerman

גלעד צוקערמאַן מיט אַ גרופּע באַרנגאַרלאַער אַקטיוויסטן וואָס באַמיִען זיך אויפֿצולעבן זייער שפּראַך. Image by Bangarla.com

צום באַדויערן, זענען אַ סך אויסטראַלישע שפּראַכן שוין אין גאַנצן טויטע; אין געוויסע פֿאַלן זענען זיי געבליבן בלויז ווי חשובֿע אַמאָליקע לשונות – אַזוי ווי לאַטײַן אָדער דער קלאַסישער רבנישער לשון־קודש. אין זײַן שטודיע וועגן דעם אויסטראַלישן שפּראַך־אויפֿלעב פֿאָקוסירט זיך צוקערמאַן אויף דער שפּראַך באַרנגאַרלאַ. כּדי זי אָפּצוראַטעווען, באַנוצן זיך אַ טייל באַרנגאַרלאַ־אַקטיוויסטן ממש מיט די זעלבע, אָדער מיט ענלעכע אַרגומענטן, ווי די העברעיִסטן פֿון 100 יאָר צוריק.

די לעצטע נאַטירלעכע רעדער פֿון לשון־באַרנגאַרלאַ זענען געשטאָרבן אין די 1960ער. עס זענען אָבער געבליבן ביכער אויף דער שפּראַך. אין 2011, ווען צוקערמאַן האָט זיך באַקענט מיט די באַרנגאַרלער, האָט ער זיי פֿאָרגעלייגט אויפֿצולעבן זייער לשון. דאָס אַלטע פֿאָלק האָט אויפֿגענומען דעם געדאַנק מיט גרויס התפּעלות און זיך גענומען לערנען די שפּראַך; איצט קאָן מען עס טאָן אויך מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם.

צי האָט צוקערמאַן וואָס צו זאָגן וועגן ייִדיש? אַוודאי! קודם־כּל, באַטאָנט ער כּסדר, אַז דער מאָדערנער העברעיִש שטאַמט אין אַ ממשותדיקער מאָס פֿון ייִדיש, און ברענגט פֿאַרשיידענע בײַשפּילן פֿון דער דאָזיקער השפּעה. ס׳איז מערקווירדיק, אַגבֿ, אַז דער קלאַסישער אַשכּנזישער לשון־קודש איז שוין טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדיש.

צוקערמאַן דערמאָנט אויך אַ געוויסן אויפֿלעבונג־פּראָצעס אין ייִדיש גופֿא. אין די פֿרומע קרײַזן בלײַבט ייִדיש אַוודאי לעבעדיק און וועט בלײַבן, כּל־זמן עס דרייט זיך די ערד. די פּראָבלעם איז אָבער מיט דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור און איר באַזונדערער שפּראַך. אין דער הײַנטיקער וועלט האַלט זי זיך אין אַ גרויסער מאָס אויף אידעאָלאָגיש־געשטימטע ענטוזיאַסטן. צווישן אַזעלכע דערמאָנט צוקערמאַן די „ייִדיש־פֿאַרם‟.

צוקערמאַן באַנוצט זיך כּסדר מיטן חידושדיקן טערמין „רעווײַוואַליסטיק‟. איבערפֿראַזירנדיק דעם באַקאַנטן לינקן לאָזונג, קאָן מען אָפּטײַטשן זײַן בוך ווי אַ מין מאַניפֿעסט: „רעווײַוואַליסטן פֿון אַלע פֿעלקער, פֿאַראייניקט זיך!‟

דאַכט זיך מיר, אַז אין דעם שטעקט טאַקע אַ סך שׂכל. אָפֿטמאָל האָב איך פּערזענלעך געזען, ווי אַקטיוויסטן פֿון פֿאַרשיידענע קליינע און באַדראָטע שפּראַכן ציִען זיך איינער צום צווייטן. און ס׳איז כּדאַי!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.