Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער רוסישער פּאָעט וואָס האָט איבערגעזעצט לייב קוויטקאָס קינדערלידערThe Russian poet who translated Leib Kvitko’s children’s poems

בײַם איבערזעצן „דאָס פֿערדעלע בײַנאַכט‟, האָט שמואל מאַרשאַק געגעבן דעם שכן אַ גוייִשן נאָמען כּדי עס צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ רוסישן ליד.

אין אַ סך פּעטערבורגער אײַנקויף־צענטערס און ביבליאָטעקן שטייען שאַפֿעס מיט גענוצטע ביכער פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אַנשטאָט אַרויסצוּוואַרפֿן אַן אַלט בוך, קאָן מען עס אַוועקשטעלן אין אַזאַ שאַפֿע, און אַ סך מענטשן טוען טאַקע אַזוי. אָפֿטמאָל קאָן מען טרעפֿן ביכער אין זייער אַ גוטן מצבֿ. למשל, מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך אַזוי געפֿונען אַ זאַמלונג פֿון שמואל גאָרדאָנס ווערק אויף רוסיש.

מיט אַ וואָך צוריק האָט מײַן פֿרוי געטראָפֿן אויף אַזאַ ביכער־פּאָליצע אַ קליין קינדערביכעלע אויף 16 זײַטלעך: לייב קוויטקאָס אַ ליד, איבערזעצט אויף רוסיש דורכן גרויסן רוסישן פּאָעט שמואל מהרש״ק, באַקאַנט יעדן רוסישן קינד ווי סאַמויִל מאַרשאַק. דאָס ביכעלע, געדרוקט אין מאָסקווע אינעם יאָר 1981, איז באַגלייט מיט חנעוודיקע אילוסטראַציעס פֿון דער קינסטלערין מאַרינאַ אוספּענסקאַיאַ (1925־2007).

אין מאַרשאַקס איבערזעצונג טראָגט דאָס ליד דעם נאָמען „דאָס פֿערדעלע‟. אויף ייִדיש הייסט עס „דאָס פֿערדל פֿון בײַנאַכט‟; מיט אַזאַ טיטל, צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע קוויטקאָס קינדערלידער, איז עס אַרויס דורכן וואַרשעווער פֿאַרלאַג „קינדער־פֿרײַנד‟ אין 1936.

מאַרשאַק (1887־1964) איז געבוירן געוואָרן אין וואָראָנעזש, רוסלאַנד. אין 1902 האָט ער זיך מיט זײַן משפּחה באַזעצט אין פּעטערבורג. דער יונגער פּאָעט האָט על־פּי געזעץ נישט געטאָרט וווינען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. דעם באַקאַנטן ליטעראַטור־קריטיקער וולאַדימיר סטאַסאָוו, וועלכער איז נתפּעל געוואָרן פֿון מאַרשאַקס פּאָעטישע ווערק, האָט זיך אײַנגעגעבן צו לעגאַליזירן די משפּחה ווי אַן אויסנאַם. אין 1914-1912 האָט מאַרשאַק געוווינט אין לאָנדאָן, שטודירט אינעם אוניווערסיטעט און זיך פֿאַרליבט אין דער ענגלישער און שאָטלענדישער פֿאָלק־פּאָעזיע. קיין רוסלאַנד האָט ער זיך אומגעקערט ווי אַ באַוווּסטער לידער־איבערזעצער.

באַזונדערס זענען באַרימט מאַרשאַקס רוסישע „וויגלידער פֿון דער מאַמע גאַנדז‟, וואָס בלײַבן ביז הײַנט גאָר פּאָפּולער בײַ רוסישע קינדער, און ראָבערט בוירנסעס באַלאַדעס, פֿאַר וועלכע דער פּאָעט האָט געוווּנען דעם טיטל פֿונעם ערן־פּרעזידענט בײַ דער „וועלט־פֿעדעראַציע פֿון ראָבערט בוירנס‟ אין שאָטלאַנד. די אומאָפֿיציעלע שאָטלענדישע רעגירונג האָט אים אויך געגעבן אַ סימבאָלישע ערן־בירגערשאַפֿט.

מאַרשאַקס רוסישע ווערסיעס פֿון בוירנסן האָבן זיך באַקומען זייער לעבעדיק און באַטעמט; זיי פֿיגורירן אין צענדליקער סאָוועטישע פֿילמען און אַנימאַציעס. בעצם זענען זיי אָבער אָריגינעלע ווערק און נישט איבערזעצונגען. דער תּוכן, דער סטיל, דער ריטעם שיידט זיך כּסדר אונטער גאַנץ ווײַט פֿונעם אָריגינאַל. די זעלבע פּראָבלעם טרעפֿט זיך אָפֿט, הגם לאַוו־דווקא אַזוי בולט, מיט מאַרשאַקס פּערזענלעכע אָפּטײַטשן פֿון שעקספּיר, קיפּלינג, בלייק און אַנדערע ענגלישע פּאָעטן.

מיט קוויטקאָ איז מאַרשאַק געווען גוט באַקאַנט; זיי פֿלעגן זיך אָפֿט איבערשרײַבן איינער מיטן צווייטן. מאַרשאַקס איבערזעצונגען פֿון ייִדיש זענען, בדרך־כּלל, נעענטער צום אָריגינאַל.

דער סיפּור־המעשׂה אינעם ליד איז זייער פּשוט: אַ טאַטע ברענגט זײַן זון אַ הילצערן צאַצקע־פֿערדל און שטעלט עס שטילערהייט בײַם בעט פֿונעם שלאָפֿנדיקן קינד. בײַ קוויטקאָ הייסט דאָס קינד מאַקס. מאַרשאַק האָט אינגאַנצן אויסגעמיטן דעם ייִנגלס נאָמען; אַזאַ ברירה איז זייער פֿאַרשטענדלעך. ס׳זעט אויס, אַז קוויטקאָ האָט אַדרעסירט זײַן ווערק אַ קאָנקרעט קינד. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן, וועמען ער האָט געהאַט אין זינען. להיפּוך, ווענדט זיך דער רוסישער וואַריאַנט צו אַלע קינדער.

קוויטקאָס אַנאָנימער שכן, וועלכן דאָס קינד דערציילט וועגן דעם פֿערדל, באַקומט בײַ מאַרשאַקן אַ טיפּישן נישט־ייִדישן נאָמען: פּיאָטר קוזמיטש. אויך אַ פֿאַרשטענדלעכער שריט: מאַרשאַק וויל דאָך פֿאַרוואַנדלען אַ ייִדיש ליד אין אַ רוסישס.

קוויטקאָ שרײַבט אין אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל: „און באַלד מיט די הענטלעך אַ פֿריידיקן פּאַטש: סע גאָר ניט קיין חלום, ס׳אַ גאַנצער פֿערדאַטש!‟ מאַרשאַקס קינד קלינגט ווייניקער עמאָציאָנעל (מײַן איבערזעצונג צוריק פֿון רוסיש): „פֿון וואַנען ז׳דאָס פֿערדל געקומען צו מיר? מסתּמא, אין חלום איך זע עס און ריר.‟

פֿאַקטיש זענען אַלע קליינע פּרטים אין דער מעשׂה געביטן; דער סדר פֿון די פֿערזן שטימט נישט מיטן אָריגינאַל; די רוסישע ווערסיע איז לענגער אויף דרײַ קופּלעטן. פֿאָרט, צוליב מאַרשאַקס איבערזעצערישן טאַלאַנט, בויט זיך אויס בעצם די זעלבע קינדער־מעשׂה.

אַזעלכע פֿאַרגלײַך־שטודיעס זענען באַלערנדיק פֿאַר יעדן פּאָעטישן איבערזעצער, ווי אויך פֿאַרן לייענער ווײַל בדרך־כּלל, ווען מיר לייענען איבערגעזעצטע פּאָעטישע ווערק, שטעלן זיי מיט זיך אָפֿט פֿאָר פֿאַקטיש נײַע לידער.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.