Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן: די צעבליִונג פֿון ייִדישער קולטור אין די די־פּי־לאַגערןLike mushrooms after the rain: the flourishing of Yiddish culture in the DP camps

אין די־פּי לאַגער איז פֿאָרגעקומען נישט נאָר אַ „בייבי־בום‟, נאָר אויך אַ „ווערטער־בום‟.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

אלה פלורסהיים
תחיית המילים: תרבות יידיש במחנות העקורים
ירושלים: מרכז זלמן שזר והוצאת יד ושם, 2020

Ella Floresheim
Words Reaching for Life: Yiddish Culture in Displaced Persons Camps
Zalman Shazar Center and Yad Vashem Publications 2020

צווישן די 250 טויזנט פּליטים אין די ייִדישע די־פּי־לאַגערן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך נאָך דער צווייטער וועלטקריג, איז אויך געווען מײַן טאַטע. ער און זײַן משפּחה זײַנען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון זייער שטעטל אין פּוילן אין 1939, און זעקס יאָר האָבן זיי זיך געוואַלגערט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, ביז זיי זײַנען צוריקגעקומען קיין פּוילן אין פֿרילינג 1946.

באַלד נאָך דעם קעלצער פּאָגראָם האָבן זיי ווידער גענומען דעם שטעקן אין האַנט; דאָס מאָל זײַנען מײַן טאַטע צאַלע (בצלאל) און זײַן שוועסטער זלאַטקע דערגאַנגען ביז די די־פּי־אַגערן פֿון סאַנקט מאַרײַן אין עסטרײַך, און דערנאָך, אין אַ די־פּי־לאַגער לעבן מינכען. דאָרטן זײַנען זיי געבליבן ביז אָנהייב 1949, ווען זיי האָבן עולה געווען קיין ישׂראל.

מײַן טאַטע איז דעמאָלט געווען אַ בחורל פֿון פֿופֿצן־זעכצן יאָר, וואָס האָט זיך פּלוצלינג געפֿונען אין גאַנצן אומאָפּהענגיק. און כאָטש ער איז געווען אייגנטלעך אַן אַרעסטאַנט אין די ענגלישע און אַמעריקאַנער פּליטים־לאַגערן, זײַנען זײַנע דערציילונגען געווען פֿול מיט אַ גײַסט פֿון פֿרײַהייט און פֿרייד. ער איז שטענדיק געווען הונגעריק, אָבער געוווּסט ווי זיך אַן עצה צו געבן: געאַרבעט אין די וועלדער, געקריגן ציגאַרעטן און זיי געטוישט אויף עסנוואַרג. דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אַ קאַפּיטשקע עבֿרית און מלאָכה, און געוואָרן אַ סטאָליער. ער איז געווען אַ מיטגליד אין „בני עקיבֿא‟, געזען פֿילמען, געשפּילט פֿוסבאָל, און בקיצור, געוואָרן אַ חבֿרהמאן; יענע „זאַפֿטיקע‟ פּיטשעווקעס וועל איך מסתּמא קיינמאָל נישט הערן, ווײַל ווי קען אַ טאַטע דערציילן זײַן זון אַזוינע זאַכן?

במשך פֿון די יאָרן האָב איך זיך דערוווּסט אַז מײַן טאַטנס זכרונות געהערן צו דער גרויסער געשיכטע פֿון דער שארית־הפּליטה. איך האָב טאַקע אַ פּערזענלעכן קוקווינקל אויף די געשעענישן, אָבער דער אינטימער צוגאַנג צו דער געשיכטע איז נישט גענוג. מײַן טאַטנס דערציילונגען זײַנען דאָך זכרונות פֿון כּמעט אַ קינד, דאָס וואָס די נײַע היסטאָריקערס רופֿן „מיקראָ־געשיכטע‟. כּדי צו קענען פֿאַרשטיין די אַלגעמיינע געשיכטע דאַרף מען זיך אומקערן צו די קאָנווענציאָנעלע מעטאָדן — ד”ה: צו די אַרכיוון, די ביכער און די געשריבענע דאָקומענטן פֿון די ייִדן וואָס האָבן פֿאָרמירט די געשיכטע, און זײַנען שוין מער נישטאָ מיט אונדז. . פּונקט אַזוי טוט ד”ר אלה (עלאַ) פֿלאָרעסהײַם אין איר נײַעם בוך, „תחיית המילים: תרבות היידיש במחנות העקורים‟ (די אויפֿלעבונג פֿון ווערטער: ייִדישע קולטור אין די די־פּי־לאגערן). צווישן די גרויסע געשעענישן פֿון יענער תּקופֿה — דער חורבן און די גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל — געפֿינט זיך דער קאַפּיטל פֿון די די־פּי־לאַגערן אַ ביסל אַן אָפּגעלאָזענער: „די שטים פֿון דער שארית־הפּליטה שווײַגט הײַנט, און איר אידעאָלאָגיע איז ווי קיינמאָל נישט געשאַפֿן געוואָרן‟ (ז׳ 35). די טוערס פֿון די די־פּי־לאַגערן האָבן גוט פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון זייערע אויפֿטוען — שאַפֿן אַ נײַ ייִדיש לעבן, און שוין אין 1948 איז אַרויס אַ ביבליאָגראַפֿישע פֿאָרשונג וועגן די פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס אין די לאַגערן. אָבער מיט דער צײַט האָט מען זיי פֿאַרגעסן, און די צווייטע פֿאָרשונג איז אַרויס אין יאָר 1970. אלה פֿלאָערסהײַמס בוך באַלײַכט פֿאַר אונדז די פֿינצטערניש.

זי שרײַבט וועגן דרײַ געביטן פֿון דער ייִדישער קולטור: די פּרעסע, די ליטעראַטור און דער טעאַטער. דאָס ערשטע איז אויך געווען דאָס וויכטיקסטע. שוין פֿינף חדשים נאָך דער באַפֿרײַונג זײַנען אַרויס צוויי צײַטונגען: „לאַנדסבערגער לאַגער צײַטונג‟ און „אונדזער וועג‟ — דער בולעטין פֿונעם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון דעם אַמעריקאַנער שטח אין מינכען. צוזאַמען מיט „אונדזער שטימע‟, וואָס איז שפּעטער אַרויס אינעם בריטישן שטח, זײַנען די דרײַ געווען די פּאָפּולערסטע צײַטונגען פֿון די די־פּי־לאַגערן.

אַ חוץ דעם זײַנען אַרויס נאָך אַ סך צײַטונגען, וואָס האָבן געטראָגן באטײַטיקע נעמען, ווי למשל „דאָס פֿרײַע וואָרט‟ (אַרויס אין פֿעלדאַפֿינג); „במדבר‟ (אין פֿערנוואַלד, וואָס איז שפּעטער באַרימט געוואָרן אַ דאַנק ה. לייוויקס פּיעסע, „אַ חתונה אין פֿערנוואַלד‟); „אונדזער מוט‟ (צײַלסהײַם); „אויף דער פֿרײַ‟ (שטוטגאַרט) אאַז”וו. אַזוי קען מען ריידן נישט נאָר וועגן דעם „בייבי־בום‟ אין די די־פּי־לאַגערן, נאָר אויך וועגן אַ „ווערטער־בום‟. טאַקע דערפֿאַר איז אין יאַנואַר 1947 דערשינען אין „אונדזער האפֿענונג‟ אַ קאַריקאַטור פֿון אָנצאָליקע שוואָמען מיט ייִדישע נעמען פֿון צײַטונגען, אונטער דעם טיטל: „זיי וואַקסן ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן‟ (ז׳ 55).

אַרויסגעבן אַ צײַטונג אין דעם תּוהו־ובֿוהו איז געווען ווי בויען שלעסער אין דער לופֿטן — שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿינאַנציעלע שוועריקייטן; אַפֿילו קריגן די ייִדישע בלײַענע אותיות איז געווען כּמעט אוממעגלעך, און פֿלאָרעסהײַם דערציילט וועגן די באַמיִונגען פֿון איינעם אַ רעדאַקטאָר, וואָס האָט געפֿונען אין אַ האַלב חרובֿער דרוקערײַ אין פֿראַנקפֿורט די זעלטענע העברעיִשע אותיות; זיי זײַנען געווען אַלטע און צעקאַליעטשעטע, אָבער אַ גרופּע ייִדישע זעצערס האָט זיי רעמאָנטירט. „נאָר פּלוצלינג לאָזט זיך הערן דאָס קול פֿון מײַן חבֿר: אַבֿרהם! זאָג מיר נאָר, ס’איז מער ניטאָ קיין „ע‟. ס’פֿעלט מיר אויס אַן „ע‟, און „י‟ האָב איך אויך גאַנץ ווייניק‟ (ז׳ 59).

אַנדערע צײַטונגען, ווי „לאַנדסבערגער לאַגער צײַטונג‟ זײַנען לכתּחילה געדרוקט געוואָרן מיט לאַטײַנישע אותיות, כאָטש די רעדאַקציע האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער „אומפֿרײַוויליקער בגידה אָן די ליבע שוואַרצע פּינטעלעך‟ (ז׳ 98), ווײַל זיי האָבן געהאַלטן אַז „ייִדיש קען נאָר האָבן אַ ייִדישן לבֿוש‟ (ז׳ 103). אַזוי האָט מען געדרוקט, למשל, אַן אַנאָנס (לויט דער פּוילישער טראַנסקריפּציע): Klausner Dziunka un Etka fun Nowy Soncz, Pojln, ict Muenchen, Schlaginweistr. 2, zuchen zejer kuzin Dawid Roth fun Lezansk, zun fun Fajwisz un Dwora, lectns gekumen fun Koszyc (ז׳ 105). אַ סך לייענערס, און בפֿרט יונגע, האָבן דווקא הנאה געהאַט פֿון די לאַטײַנישע אותיות, נאָך די לאַנגע מלחמה־יאָרן וואָס האָבן זיי דערווײַטערט פֿון דער ייִדישער קולטור. נאָך דעם ווי די „לאַנדסבערגער לאַגער צײַטונג‟ איז סוף־כּל־סוף דערשינען מיט העברעיִשע אותיות, האָט איין לייענערין געשריבן אַז איר אַנטוישונג איז געווען זייער אַ גרויסע: זי קומט פֿון אַן אַסימילירטער משפּחה, און לייענען די ייִדישע אותיות קומט איר אָן מיט שוועריקייטן.

ייִדיש איז נישט געווען נאָר דאָס בשותּפֿותדיקע לשון פֿון די ייִדן אין די לאַגערן; שרײַבן און דרוקן אין ייִדיש האָט אויך געהאַט אַ מאָראַלישן באַטײַט: באַזיגן די נאַציס, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרניכטן ניט בלויז די ייִדן, נאָר די ייִדישע קולטור. „ייִדן, קאָקעטירט ניט מיט פֿרעמדע שפּראַכן! די פֿרעמדשפּראַכיקע קאָקעטירן אויך ווייניק מיט אײַך!‟ האָט מען געשריבן אין „אונדזער וועג‟ (ז׳ 102). פֿון דעסטוועגן האָט מען אָפֿטנס געהערט אין די לאַגערן דעם לאָזונג: „רעד ייִדיש — לערן זיך העברעיִש‟, און דער רעדאַקטאָר פֿון „אונדזער וועג‟ האָט בפֿירוש געשריבן וועגן די קינדער: „מען לערנט מיט זיי און מען זינגט מיט זיי אויף ייִדיש. אָבער מיר זײַנען זיי מכשיר פֿאַר ארץ־ישׂראל. ניטאָ קיין בעסעסרער, זיכערער אָרט פֿאַר די געראַטעוועטע פֿון נאַצי־גיהנום און דאָ־הי־געבוירענע ייִדישע קינדערלעך ווי ארץ־ישׂראל. און די שפּראַך פֿון ארץ־ישׂראל איז שׂפֿת־ישׂראל — העברעיִש‟ (ז׳ 113).

דאָס וואָס מײַן טאַטע דערציילט, אַז ער און די אַנדערע קינדער האָבן זיך געלערנט העברעיִש מיט חשק, האָט אייגנטלעך געשאַפֿט גרויסע וויכּוחים צווישן די טוערס פֿון די די־פּי־לאַגערן. אין „פֿאַרווערטס‟ האָט דער באַרימטער ייִדישער פּאָעט און פּעדאַגאָג יעקבֿ פּאַט געשריבן אין מערץ 1947: „דער לשון פֿון קידוש־השם… ווערט דורך ייִדן עם־האָרצים און תּקיפֿים פֿאַריאָגט אויך פֿון די לאַגערן‟ (ז׳ 106). אלה פֿלאָרעסהײַם שרײַבט וועגן די אָ הייסע מחלוקות, און קומט צו אַן אויספֿיר, אַז דאָרטן האָט געהערשט אַ מין דואַלישע אידענטיטעט: אַ ייִדישע און אַ העברעיִשע, און די אָ „האַרמאָנישע קאָמבינאַציע‟ איז געווען אַ פֿענאָמען, וואָס האָט נישט עקזיסטירט פֿאַר דער מלחמה.

דאָס פֿירט טאַקע צו דער פֿראַגע, צי די ייִדישע קולטור אין די־פּי־לאַגער איז געווען אַ המשך, צי גאָר אַ חידוש. מע דאַרף דערמאָנען, אַז די עצם המשכדיקייט איז געווען אַ חידוש נאָכן חורבן. אין די ליטעראַרישע בלעטער פֿון די צײַטונגען האָט מען טאַקע געדרוקט פֿון דאָס נײַ ייִדישע שאַפֿונגען פֿונעם עבֿר: „דווקא די טראַגישע פֿאַרגאַנגענהייט און מטושטשדיקע צוקונפֿט פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז צו קענען זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרגעסן אָן אונדזער ביטערער ווירקלעכקייט און זיך אַריבערטראָגן אין דער פֿאַרגאַנגענער וועלט פֿון אונדעזר אָמאָליקן… פֿאָלקסלעבן,‟ האָט מען געשריבן אין „לאַנסבערגער לאַגער צײַטונג‟. נישט נאָר דערמאָנען לשם פֿאַראייביקן, נאָר אויך ווײַל אַ שרײַבער ווי שלום עליכם, למשל, האָט געהאַט געשריבן אַז „כאָטש די וועלט איז מיאוס און רשעותדיק, טאָר דער מענטש נישט פֿאַרצווייפֿלען און קלאָגן, נאָר להכעיס אַלץ און אַלעמען פֿריילעך זײַן און לאַכן‟ (ז׳ 147).

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן די צײַטונגען געדרוקט אומצאָליקע ליטעראַרישע ווערק — דער עיקר לידער, און בפֿרט וועגן דעם חורבן — וואָס די לייענערס האָבן געשריבן. „מיר האָבן דאָך גאָרנישט געהאַט,‟ האָט געשריבן זאַמיע פֿעדער פֿון בערגען־בעלזען אין 1946, „נאָר בלויז אַ גוטן ווילן עפּעס צו שאַפֿן, צו שאַפֿן עפּעס ייִדישס” (ז׳ 165). אַזאַ באַלאַנס צווישן פֿאַרגאַנגענהייט און קעגנוואַרט האָט באַהערשט אויך די בינעס פֿון די די־פּי־לאַגערן, מיט זייערע אַלט־נײַעם רעפּערטואַר. „זיי שפּילן טעאַטער פּונקט ווי זיי שרײַבן: מיט בלוט און טרערן, מיט מסירות נפֿש און ליבשאַפֿט” (ז׳ 207).

אלה פֿלאָרעסהײַם שרײַבט אויך וועגן אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור אין די לאַגערן: די שטרעבונגען צו פֿאַראייביקן די אומגעקומענע; די פֿאַרשיידענע מיטלען פֿון פֿאַרמעסטן זיך מיט די שווערע איבערלעבונגען דורך לייענען, שרײַבן און שפּילן; די באַציִונגען צווישן די פּליטים און די ייִדישע טוערס און שרײַבערס וואָס האָבן זיי באַזוכט, אאַז”וו. דאָס בוך אַנטפּלעקט אַ קורציאָריקע אָבער פֿאָרט רײַכע קולטור, וואָס איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צוזאַמען מיט די די־פּי־לאַגערן אַליין: ביזן יאָר 1949 האָבן אַלע פֿייגלעך זיך שוין צעפֿלויגן: קיין מיזרח, קיין מערבֿ, און דער רעשט קיין דרום. דאָס בוך איז אַרויס אין „יד ושם‟ פֿאַרלאַג, און דאָס איז נישט קיין צופֿאַל, נאָר אַ באַווײַז אַז נישט נאָר דעם גרויסן בראָך פֿאַראינטערעסירט איצט די פֿאָרשערס, נאָר אויך זײַנע שפּליטערס. די מחברטע פֿון בוך איז אַליין די פֿאַרוואַלטערין פֿון „יד ושם‟ פֿאַרלאַג, און אַ ייִדישיסטקע דערצו. אויך דאָס איז נישט קיין קלייניקייט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.