ווידעאָ: אַ ייִדיש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון קאַלגאַריWATCH: A Yiddish TV show from Calgary
צען קאַפּיטלען פֿון „די ייִדישע שטימע“, וואָס איז לכתּחילה טראַנסמיטירט געוואָרן אין 1994, קען מען איצט זען אויף יוטוב.

Graphic by Angelie Zaslavsky
להיפּוך צום ייִדישן ראַדיאָ און קינאָ, איז די געשיכטע פֿון טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש זייער אַ קורצע.
אַחוץ אַ פּאָר ספּעציעלע פּראָגראַמען אין ישׂראל און שוועדן , האָט מען, אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, בלויז געמאַכט צוויי אָנגייענדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון. די ערשטע איז געווען אין מאָנטרעאָל אין די 1970ער יאָרן מיט לייבל באָטוויניק בראָש, און דער צווייטער איז געווען מיט באָריס סאַנדלער אין מאָלדאָווע אין די לעצטע טעג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז איך (ווי אויך אַ סך אַנדערע) האָבן פֿאַרקוקט נאָך אַ פּראָגראַם. אין 1994 האָט מען אין קאַלגאַרי, אַלבערטע, טראַנסמיטירט „די ייִדישע שטימע“, וואָס האָט אַרײַנגענומען שמועסן מיט געסט און באַריכטן פֿון פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע געשעענישן. צען קאַפּיטלען פֿון דער פּראָגראַם, מיט וועלכער עס האָט אָנגעפֿירט דער לאַנגיאָריקער לערער און שול־דירעקטאָר אַהרן אײַכלער, האָט די „געזעלשאַפֿט לטובֿת דער ייִדישער געשיכטע פֿון דרום־אַלבערטע“ לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אויף איר יוטוב־קאַנאַל.
אין די עפּיזאָדן רעדט אײַכלער מיט אַ ריי קאַלגאַריער אײַנוווינער, אַרײַנגערעכנט ייִדיש־לערער, סאָוועטישע וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, ראַבינער, חב׳׳ד־שליחים און דעם אייגנטימער פֿון אַן אָרטיקן ייִדישן רעסטאָראַן. מע הערט כּל־המינים אַקצענטן און דיאַלעקטן פֿון דרײַ דורות ייִדן (די וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, די וואָס זענען דערצויגן געוואָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות און די וואָס זענען שוין געבוירן געוואָרן נאָכן חורבן).
אַהרן אײַכלער איז געווען אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אויף דער ייִדישער גאַס אין קאַלגאַרי. אַ געבוירענער אין פּוילן אין 1932, האָט ער נאָכן איבערלעבן דעם חורבן זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל אין 1949. אין 1952 האָט מען אים אָנגעשטעלט ווי אַ לערער אין דער קאַלגאַריער ייִדישיסטישער און ציוניסטישער טאָגשול אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ, וווּ ייִדיש איז לאַנג געבליבן אַן אינטערגראַלן טייל פֿונעם לערנפּלאַן. אין 1963 איז אײַכלער געוואָרן דער דירעקטאָר פֿון דער שול, אַ שטעלע וואָס ער האָט אָנגעהאַלטן ביז די שול האָט זיך פֿאַרמאַכט אין 1987 און איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער „קאַלגאַריער ייִדישער אַקאַדעמיע“, וואָס עקסיסטירט עד־היום.
אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער שול־דירעקטאָר, איז „לערער אײַכלער“, ווי זײַנע אַמאָליקע תּלמידים האָבן אים גערופֿן אַפֿילו אויף ענגליש, געווען אַ וויכטיקער כּלל־טוער אויף דער ייִדישער גאַס. ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ גרופּע שארית־הפּליטה ייִדן, וואָס האָט אין 2000 איבערגעצײַגט די פּראָווינץ אַלבערטע אָנצונעמען אַ געזעץ, אַז מע מוז לערנען וועגן דעם חורבן אין אַלע אָרטיקע שולן.
אײַכלער איז אַוועק אין 2016.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
