Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

באַנאַנען און סויע אינעם אוראַלטן ארץ־פּלישתּיםBananas and soybeans in the city of the ancient Philistines

דאָס האַנדלען איבער דער גאָרער וועלט האָט, אַ פּנים, געבליט אַ סך פֿריִער ווי מע האָט זיך ביז הײַנט משער געווען

אַ שטודיע האָט לעצטנס אַנטפּלעקט אַ טשיקאַווע זאַך: נאָך מיט 3,700 יאָר צוריק האָבן די אײַנוווינער פֿון לענדער בײַם מיטל־לענדישן ים שוין געגעסן באַנאַנען, סויע, סומסום און קורקומע, אימפּאָרטירט פֿון אַזעלכע ווײַטע מקומות, ווי אינדיע און אינדאָנעזיע. מיט אַנדערע ווערטער, דאָס האַנדלען איבער דער גאָרער וועלט האָט, אַ פּנים, געבליט אַ סך פֿריִער ווי מע האָט זיך ביז הײַנט משער געווען.

אין דער שטודיע, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דעם 21סטן דעצעמבער אינעם זשורנאַל „פֿאָרשונגען פֿון דער נאַציאָנאַלער וויסנשאַפֿטן־אַקאַדעמיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן‟, האָבן זיך באַטייליקט זיבן וויסנשאַפֿטלער פֿון דײַטשלאַנד, איינער פֿון שפּאַניע און זעקס פֿון מדינת־ישׂראל, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן אַרכעאָלאָג ישׂראל פֿינקעלשטיין.

די אַרכעאָלאָגן האָבן דורכגעפֿירט אַ כעמישן אַנאַליז פֿון ציין אין די קבֿרים פֿון מגידו — נישט ווײַט פֿונעם הײַנטיקן קיבוץ, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון דער דאָזיקער אוראַלטער שטאָט. מגידו, וואָס האָט זיך געפֿונען בערך 15 מײַל פֿונעם ים, ווערט צוועלף מאָל דערמאָנט אינעם תּנ״ך, ווי אויך אין אַ ריי אַלט־מיצרישע דאָקומענטן.

די דאָרטיקע תּושבֿים זענען געווען פּלישתּים — אַ פֿאָלק, וואָס זײַן קולטור איז געווען, מעגלעך, פֿאַרבונדן מיט דער גריכישער. די פּלישתּים האָבן ליב געהאַט פֿאַרווײַלונגען און לאַנגע שׂימחות מיט געשמאַקע מאכלים, אַלקאָהאָלישע געטראַנקען און אַפֿילו נאַרקאָטיק. מיט עטלעכע יאָר צוריק, בעת אַן אַנדער כעמיש־היסטאָרישער שטודיע, האָט מען אין דער זעלבער געגנט אַנטדעקט ספּעציעלע אויסשטאַטונג פֿאַרן פּראָדוצירן אַ שטאָף, וואָס דערמאָנט אינעם הײַנטיקן נאַרקאָטיק „עקסטאַזי‟. נאָך מיט 3,000 יאָר צוריק האָבן די פּלישתּים זיך באַנוצט מיט דעם — דער עיקר, ווי עס זעט אויס, פֿאַר רעליגיעזע צוועקן. דעם אָפּיום, מאָן, האָט מען אויך אײַנגעפֿירט און פֿאַרשפּרייט אין ארץ־ישׂראל.

אַגבֿ, ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן כעמיקער בשותּפֿות מיט אַרכעאָלאָגן פֿאַרחידושט די וועלט מיט אַן אַנדער געפֿינס: ווײַזט אויס, אַז ייִדן האָבן גערייכערט, אַחוץ אַנדערע געווירצן, מאַריכואַנע אינעם בית־המיקדש; לכל־הפּחות, אַזוי איז געווען דער שטייגער אינעם „אַלטערנאַטיוון ייִדישן טעמפּל‟ אין אַרד. הגם לויט דער הײַנטיקער נאָרמאַטיווער הלכה האָט מען נישט געטאָרט ברענגען קרבנות מחוץ דעם איינציקן בית־המיקדש אין ירושלים, ווייסן מיר, אַז מע האָט עס למעשׂה געטאָן אין עטלעכע ערטער.

כעמיע און אַרכעאָלאָגיע זענען בכלל אַ געראָטענער שידוך, וואָס דערמעגלעכט צו רעקאָנסטרויִרן אַ סך פּרטים פֿון די אַמאָליקע מענטשלעכע קולטורן. אין 2019 האָט אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן דורכגעפֿירט אַ גענעטישן אַנאַליז פֿון די פּלישתּים אין אַשקלון און באַשטעטיקט, אַז זיי האָבן געשטאַמט פֿון אייראָפּע — אַ וויכטיקע ראַיה לטובֿת דעם היפּאָטעז, אַז לכתּחילה האָבן זיי גערעדט אויף אַ שפּראַך ענלעך צו גריכיש. למשל, דער נאָמען פֿונעם באַרימטן ריז גלית, וועלכן דער יונגער דוד האָט דערהרגעט, איז, מעגלעך, פֿאַרבונדן מיטן גריכישן נאָמען קאַליאַדעס.

איצט ווייסן מיר, אַז די דיעטע פֿון די פּלישתּים איז געווען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער, אַ דאַנק זייער אַנטוויקלטן ים־האַנדל. ד״ר פֿיליפּ שטאָקהאַמער פֿונעם מינכענער אוניווערסיטעט, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער נײַער פֿאָרשונג, האָט דערקלערט, אַז איידער מע האָט דערפֿונדן די ציינפּאַסטע און אַנדערע היגיענע־מיטלען, האָבן מענטשן געטראָגן אין זייער מויל שפּורן פֿון זייער גאַנצער דיעטע, וואָס מע קאָן הײַנט אַנאַליזירן אַפֿילו מיט טויזנטער יאָר נאָך זייער טויט. זעט אויס, האָט שטאָקהאַמער איבערגעגעבן, אַז נאָך מיט 4,000 יאָר צוריק פֿלעגן די סוחרים כּסדר אימפּאָרטירן עקזאָטישע מאכלים פֿון דרום־אַזיע קיין ארץ־ישׂראל און, אַפּנים, אַנדערע אַרומיקע בײַ־ימישע ראַיאָנען.

די פֿאָרשער האָבן אויך ווידער באַשטעטיקט דעם באַקאַנטן פֿאַקט, אַז די פּלישתּים האָבן ליב געהאַט טייטלען, הירזש און ווייץ. די פֿאָרשונג האָט אַרײַנגענומען, אין אַ קלענערער מאָס, נאָך איין אָרט: תּל־עירני — אַן אוראַלטע שטאָט, אויך אַ פּלישתּישע, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן קרית־גת.

אין אַמעריקע האָבן די באַנאַנען אויסגענומען צוליב דעם, וואָס מע האָט זיי איבערגעפֿלאַנצט אין די צענטראַל־אַמעריקאַנאַר לענדער און קאַריבישע אינדזלען; שטאַמען שטאַמען זיי אָבער פֿון אינדיע און אינדאָנעזיע. אויף וויפֿל מע ווייסט, האָבן זיך די ערשטע באַנאַן־פּלאַנטאַציעס באַוויזן מיט 7־10 טויזנט יאָר צוריק אין נײַ־גווינעע. דאָס וואָרט „סויע‟, אַן אַנדער גאָר פּאָפּולער אַמעריקאַנער מאכל, קומט, אַגבֿ, פֿון כינעזיש אָדער יאַפּאַניש.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.