ווידעאָ: משפּחה מלאָטעק זינגט דאָס ייִדישע טעאַטער־ליד, „אשת־חיל“WATCH: The Mlotek family performs the Yiddish theater song, “Woman of Valor’’
דער פֿאָלקסבינע־קינסטלערישער דירעקטאָר זלמן מלאָטעק, זײַנע קינדער און אייניקל טרעטן אויף מיטן ליד וואָס עס האָבן פּאָפּולאַריזירט די שוועסטער בערי.

Image by Mlotek Family
די וואָך האָט זלמן מלאָטעק, דער לאַנגיאָריקער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע“, אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט צוזאַמען מיט זײַנע קינדער שׂרה, אַבֿרהם און אלישע, און אַבֿרהמס טעכטערל רויה מעין, דאָס ייִדישעע טעאַטער־ליד „אשת־חיל“. אינספּירירט פֿון די שורות אין „ספֿר משלי“, וואָס באַשרײַבן די כאַראַקטער־שטריכן פֿון אַ גוטער ייִדישער מאַמע און פֿרוי, איז דאָס ליד געשאַפֿן געוואָרן דורך יוסף רומשינסקי און איזידאָר ליליען. נאָך דעם וואָס די באַקאַנטע זינגערס, די שוועסטער בערי, האָבן עס אַרײַנגענומען אין זייער רעפּערטואַר איז עס געוואָרן אַ שלאַגער. זייער סווינג־נוסח קען מען הערן דאָ אונטן.
דעם פֿילם האָבן זלמן מלאָטעק און זײַנע קינדער געווידמעט זלמן מלאָטעקס פֿרוי דבֿורה סו כּהן מלאָטעק.
דער אויסדרוק „אשת־חיל“ האָט, דרך־אַגבֿ, במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר באַקומען אַ צווייטן באַטײַט אין ישׂראל. דאָרטן זעצט מען אָפֿט איבער די טיטלען פֿון די פּאָפּולערע קאָמיקס־ביכלעך און סופּערהעלדין־פֿילמען Wonder Woman מיט דער ישׂראלדיקער אַקטריסע גל גדות ווי „אשת־חיל“. אויף דער טעמע וואָלט מען אָבער געדאַרפֿט זינגען גאָר אַן אַנדער ליד.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
