Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ענדרו יענגס 1000־דאָלאַרדיקע חודשלעכע סטיפּענדיע דערמאָנט מיך אין אַן אַלטער ייִדישער טראַדיציע (מיט אוידיאָ)Andrew Yang’s $1000-a-month stipend reminds me of a time-honored Jewish tradition (with audio)

אין אַ געוויסן זינען קלינגט דער פֿאָרלייג פֿונעם בירגערמײַסטער־קאַנדידאַט ווי די סובסידיעס פֿאַר כּולל־תּלמידים.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

כּדי צו הערן דעם אַרטיקל, גיט אַ קוועטש אונטן. מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

שטעלט זיך פֿאָר אַ וועלט אין דער נאָענטער צוקונפֿט, ווען ס׳רובֿ אַרבעטער וועלן פֿאַרביטן ווערן אויף מאַשינען. דאָ רעדט זיך נישט בלויז וועגן פֿיזישע אַרבעטער ווי משׂא־אויטאָ־פֿירער און מיסטלער, נאָר אויך חשבון־פֿירערס, בוכהאַלטערס, לערערס, אַפֿילו דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן.

לאָמיר זיך נישט נאַרן. דער גיכער איבערגאַנג צו אַן אויטאָמאַטירטער געזעלשאַפֿט וועט זיכער מיט דער צײַט מקוים ווערן ווײַל עס וועט ברענגען אַ גרעסערע פּראָדוקטיווקייט, אַ מער עפֿעקטיוון באַנוץ פֿון מאַטעריאַלן, אַ בעסערע קוואַליטעט פֿון דער סחורה און אַ מער זיכערע סבֿיבֿה. און אויך — ווײַל אַזוי ווילן מיר אַליין. ווער וויל דען נישט אַזוינע אויסערגעוויינטלעכע אינאָוואַציעס ווי אַן אויטאָ וואָס פֿירט זיך אַליין? ווער וויל נישט באַקומען זאַכן פֿון „אַמאַזאָן‟ ממש דעם זעלבן טאָג ווי מע באַשטעלט זיי? מיר ווילן די זאַכן ווײַל זיי פֿאַרגרינגערן און פֿאַרבעסערן אונדז דאָס לעבן.

אָבער דער רעזולטאַט פֿון די אַלע אינאָוואַציעס איז אַז ביזן יאָר 2030 וועט בערך אַ דריטל אַמעריקאַנער נישט האָבן קיין אַרבעט.

און איצט אַז די קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע האָט פֿאַרשאָטנט אונדזער צוקונפֿט אויף ווער ווייסט ווי לאַנג, וועלן זיך צווישן די אַרבעטלאָזע שוין אויך געפֿינען די מענטשן וואָס אַרבעטן אין טעאַטער, קינאָ און מוזיק, ווי אויך די אין די האָטעל־ און רעסטאָראַן־אינדוסטריעס.

ענדרו יענג, אַן עקאָנאָמיקער וועלכער קאַנדידירט פֿאַר ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער, זאָגט אַז ער האָט אַ לייזונג. צוליב דעם וואָס מיליאָנען מענטשן וועלן מסתּמא אַרומגיין פּוסט־און־פּאַס, און וועלן זיכער נישט קענען געפֿינען קיין אַנדער שטעלע ווײַל „ס׳איז נישטאָ קיין ראיות אַז דאָס טרענירן די אַרבעטלאָזע העלפֿט טאַקע‟ — לייגט ער פֿאָר אַ ראַדיקאַלע זאַך: אַ חודשלעכע סטיפּענדיע פֿון $1,000 צו אַלע בירגער עלטער פֿון 18 יאָר — אויפֿן גאַנצן לעבן. אַלע, סײַ די וואָס האָבן שטעלעס, סײַ די וואָס האָבן נישט, וועלן באַקומען דאָס געלט, כּדי נישט צו סטיגמאַטיזירן די אַרבעטלאָזע, אַזוי ווי עס טרעפֿט אָפֿט בײַ די וואָס באַקומען וווילפֿאַרזאָרג־טשעקן.

צוליב דעם וואָס קיינער קען זיך נישט אויסהאַלטן מיט $12,000 אַ יאָר, וואָלטן ס׳רובֿ פֿון די מענטשן אָן אַרבעט געדאַרפֿט געפֿינען טייל־צײַטיקע שטעלעס כּדי צו דערגאַנצן זייער הכנסה. זיי וועלן זיך אויך דאַרפֿן צוגעוויינען צו אַ גאָר באַשיידענעם לעבן־סטאַנדאַרט.

וואָס וועלן מענטשן אָבער טאָן מיט אַזוי פֿיל פֿרײַער צײַט? אפֿשר וועלן זיי זיך פֿאַרנעמען מיט אַזאַ אַרבעט וואָס ווערט אָפֿט נישט אָנערקענט אָדער קאָמפּענסירט: אויפֿכאָווען קינדער אָדער אויפֿפּאַסן אויף טאַטע־מאַמע ווען זיי זענען שוין אין די יאָרן; טאָן זאַכן צו העלפֿן די קהילה ווי פֿרײַוויליקע אַרבעטער אין אַ שפּיטאָל אָדער צדקה־אָרגאַניזאַציע, אָדער פּשוט טאָן דאָס וואָס זיי האָבן ליב צו טאָן — באַקן, גיין אויף וואַלדשפּאַצירן אָדער שפּילן אַן אינסטרומענט.

אין אַ געוויסן זינען קלינגט יענגס פֿאָרלייג אויסצוטיילן אַלעמען $1,000 אַ חודש ענלעך צו דער פֿינאַנציעלער שטיצע וואָס אַ כּולל גיט די מענער וועלכע לערנען זיך בײַ אים.

אַ כּולל איז אַ ישיבֿה פֿאַר חתונה־געהאַטע מענער, וווּ די מענער באַקומען יעדן חודש אַ סטיפּענדיע פֿון בערך 600$, און ערבֿ די וואָך־לאַנגע יום־טובֿים ווי סוכּות און פּסח — קריגן זיי אַ צוגאָב פֿון צווישן 500$ און 1,000$ כּדי צו העלפֿן דעקן די הוצאָות פֿונעם יום־טובֿ. זייערע פֿרויען גיבן צו צו דער הכנסה דורכן אַרבעטן בײַ שטעלעס אין דער קהילה אָדער אַפֿילו מחוץ דער קהילה.

אַנטקעגן די מענטשן וואָס חידושן זיך וואָס די קהילה באַצאָלט מענטשן צו לערנען, איז דער ענטפֿער אַזאַ: לויט דער ייִדישער טראַדיציע גלייבט מען אַז דאָס לערנען תּורה און אַרומרעדן די וויכּוחים אין דער גמרא, ענדערט די וועלט צום גוטן, דערנענטערט דעם בן־אָדם צום אייבערשטן, און במילא ווערט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק דערהויבן דערפֿון.

הרבֿ בענצי עפּשטיין, דער דירעקטאָר פֿון דער דאַלאַסער תּורה־אַסאָציאַציע אין דאַלאַס, טעקסאַס, האָט זיך געלערנט אין אַ כּולל אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי גלײַך נאָך דער חתונה און געזאָגט אַז די איבערלעבונג איז נישט בלויז געווען אַן ענין פֿון לערנען פֿון די ספֿרים.

„„די מיטגלידער פֿונעם כּולל האָבן געלערנט יעדן טאָג פֿון 9:30 אין דער פֿרי ביז 1:30, אַהיימגיין עסן מיטאָג און צוריקגיין זיך לערנען פֿון 3:00 ביז 7:30,‟ האָט ער געזאָגט. „דער אמתער ציל פֿונעם כּולל איז צו געבן די מענער אַ געלעגנהייט אָנצוהייבן דאָס זיווג־לעבן אויפֿן רעכטן פֿוס, לויט דער תּורה, און בכלל זיך אויסצומענטשלען: זיך אויסלערנען ווי צו לייזן פּראָבלעמען, ווי צו קומען צו דער צײַט, זײַן אויסגעהאַלטן און אַחריותדיק.‟

געוויינטלעך פֿאַרלאָזן די תּלמידים דעם כּולל נאָך 2־3 יאָר כּדי זיך אויסצושולן אין פֿאַכן וואָס פֿאָדערן נישט קיין אוניווערסיטעטישע בילדונג ווי חשבון־פֿירערײַ, גרונט־מיסחר אָדער פּראָגראַמירן. אַ טייל מענער בלײַבן אָבער יאָרן לאַנג, בפֿרט אויב זיי ווערן תּלמידי־חכמים וואָס גיבן אָפֿט שיעורים אָדער פֿאַרנעמען זיך מיט די גײַסטיקע באַדערפֿענישן פֿון די אָרטיקע ייִדן.

אויב יענג איז גערעכט, אַז אונדזער געזעלשאַפֿט וועט אין גיכן ווערן אַזוי אויטאָמאַטירט און זיך פֿירן אַזוי גלאַטיק אַז אַ דריטל פֿון די אַרבעטער וועט מען מער נישט דאַרפֿן האָבן, וועט דאָס גאָר שטאַרק בײַטן ווי אַזוי מיר זעען זיך אַליין אין דער וועלט. אין ערגסטן פֿאַל קאָן עס גורם זײַן אַ פֿאַרשפּרייטע דערשלאָגנקייט און ייִאוש. פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן ס׳רובֿ מענטשן במשך פֿון דער געשיכטע זיך תּמיד געגעבן אַן עצה אַפֿילו אונטער שרעקלעכע באַדינגונגען. דאָס מאָל אויך, האַלט איך, וועלן מענטשן געפֿינען אַ וועג ווי צו בליִען אין דער נײַער וועלט.

אַ מיטגליד פֿון אַ כּולל האָט טאַקע נישט קיין סך געלט אָבער ער באַטראַכט זײַן לערנען תּורה ווי אַ מיטל גײַסטיק צו דערנערן סײַ זיך, סײַ דאָס ייִדישע פֿאָלק סײַ די וועלט. איך האַלט אַז אַזאַ מין פֿאַרנעמען זיך מיט דער נישט־מאַטעריעלער ספֿערע קאָן דינען ווי אַן אינספּיראַציע פֿאַר די פֿון אונדז וואָס וועלן זיך אפֿשר געפֿינען אין אַ מצבֿ וווּ מיר וועלן האָבן אַ סך מער פֿרײַע צײַט ווי איצט. אַנשטאָט תּמיד צו זוכן מיטלען רײַכער צו ווערן, וועלן מיר דעמאָלט אפֿשר אָנהייבן טאָן יענע זאַכן וואָס שאַפֿן אונדז פּשוט הנאה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version