Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זאַמלונג פֿון אַבֿרהם סוצקעװערס דערצײלונגען איצט אַרויס אױף ענגלישCollection of Avrom Sutzkever’s stories now available in English

די נײַע איבערזעצונגען פֿון סוצקעװערס פֿיר ציקלען דערצײלונגען היטן אָפּ דאָס פּאָעטישע עשירות פֿון זײַן פּראָזע.

Sutzkever Essential Prose
Zackary Sholem Berger (Translator)
White Goat Press/ Yiddish Book Center, 2020, 282 pp.

––––––––––––––––––––––––––

אַבֿרהם סוצקעװערס דיכטונג איז גוט באַקאַנט דעם ענגלישן לײענער, אָבער זײַן פּראָזע איז עד־יום נאָר טײלװײַז צוטריטלעך אױף ענגליש. דער נײַער באַנד פֿון סוצקעװערס „עיקרדיקער פּראָזע‟ אין די איבערזעצונגען פֿון שלום בערגער, פֿילט אױס דעם דאָזיקן בלױז.

דאָס בוך איז אַרױס אין דער סעריע פֿון איבערזעצונגען פֿונעם „װײַס־ציגעלע פֿאַרלאַג‟ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער. די ענגלישע אױפֿלאַגע נעמט אַרײַן דערצײלונגען פֿון צװײ ייִדישע זאַמלונגען, װאָס זײַנען אַ מאָל אַרױס אין דער סעריע „ייִדישע ליטעראַטור‟ פֿונעם „מאַגנעס־פֿאַרלאַג‟ בײַם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים: „דער גרינער אַקװאַריום‟ און „די נבֿואה פֿון שװאַרצאַפּלען‟.

ד”ר העטער װאַלענסיאַ, אַ מומחה אױף סוצקעװערס שאַפֿונג, באַמערקט אין איר אַרײַנפֿיר אַז סוצקעװער האָט זיך גענומען שרײַבן פּראָזע װען די שרעקלעכע דערפֿאַרונג פֿונעם חורבן איז „בהדרגה אָפּגעטראָטן פֿון הײַנטצײַטיקײט אין זכּרון אַרײַן‟. כּדי צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן אִיבערגאַנג האָט זיך דער דיכטער גענײטיקט אין אַ נײַעם קינסטלערישן מעדיום. דערבײַ האָט זײַן פּראָזע אָפּגעהיט די אײגנאַרטיקײט פֿון זײַן דיכטונג. דאָס הײסט, אַז דער יסוד פֿון סוצקעװערס פּראָזע באַשטייט פֿון מעטאַפֿאָרן, װאָס לאָזן דעם מחבר בױען בריקן אין זײַן כּוח־הדמיון צװישן הײַנט און אַמאָל. מיט דער צײַט, האַלט װאַלענסיאַ, איז סוצקעװערס סטיל געװאָרן מער דערצײלעריש, און ער האָט אױף זיך גענומען די ראָלע פֿון אַ „שומר פֿונעם עבֿר‟. די דאָזיקע סטיליסטישע און טעמאַטישע עװאָלוציע פֿון סוצקעװערס פּראָזע שטעלט פֿאַרן איבערזעצער אַ קאָמפּליצירטע אױפֿגאַבע.

מען דאַרף געפֿינען פּאַסיקע מיטלען אין דער ענגלישער שפּראַך, װאָס לאָזן אַנטפּלעקן די ענדערונגען אין סוצקעװערס סטיל צװישן דעם מער לירישן „גרינעם אַקװאַריום‟ און די שפּעטערדיקע ציקלען פּראָזע, „דאָרטן װוּ עס נעכטיקן די שטערן‟ און „די נבֿואה פֿון שװאַרצאַפּלען‟. אײנצײַטיק דאַרף דער איבערזעצער אָפּהיטן די סטיליסטישע אײנהײטלעכקײט און אײגנאַרטיקײט פֿונעם אָריגינאַל. פֿאַר דעם דאַרף דער איבערזעצער באַהערשן סײַ די לירישע סײַ די שילדערישע סטיליסטישע רעגיסטערס פֿון דער ענגלישער שפּראַך.

װי עס באַמערקט בערגער, איז סוצקעװערס פּראָזע ניט איבערגעלאָדן מיט לשון־קודשדיקע אידיאָמען אָדער לאָקאַלע סלאַװיזמען, די געװײנטלעכע מניעות פֿאַר אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אױף ענגליש. סוצקעװערס שפּראַך איז ניט פֿאָלקסטימלעך און זײַן בילדערישקײט איז ניט טיף אײַנגעװאָרצלט אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, מדרש אָדער אגדה. די שװעריקײטן פֿאַר אַן איבערזעצער פֿון סוצקעװער זײַנען פֿון אַן אַנדערן מין. זײ שטעקן אין דעם אינעװײניקן בױ פֿון זײַן געדיכטער פּאָעטישער שפּראַך. בערגער, אַלײן אַ דיכטער, האָט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַרן אײגנאַרטיקן ריטעם פֿון סוצקעװערס פּראָזע. די זאַצן אינעם „גרינעם אַקװאַריום‟ זײַנען דראָבנע און קורץ און די האַנדלונג אַנטװיקלט זיך דאָ שטיקלעכװײַז. דער לײענער װערט אַרײַנגעטאָן אין דער סאַמע מיט פֿון די געשעענישן און איז אָפֿט מאָל ניט ביכולת צו באַגרײַפֿן, װאָס עס קומט פֿאָר.

אַנדערש איז די שפּעטערע פּראָזע, װען סוצקעװער מאָלט זײַנע בילדער בהדרגה פֿאַרן לײענער, אַזױ װי יענער זיצט הײמיש פֿאַרן דערצײלער. פֿון אַן עדות פֿונעם חורבן װערט סוצקעװער פֿאַרװאַנדלט אין אַ זאַמלער. ער פֿאָרט אַרום דער װעלט און ראַטעװעט צעזײטע און צעשפּרײטע זכּרון־שטיקלעך, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן נאָך דער אומגעקומענער ייִדישער װעלט.

בערגערן האָט זיך אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן סוצקעװערס אײגנאַרטיקע אינטאָנאַציע. די ענגלישע פּראָזע פֿליסט כּלומרשט פֿרײַ און פּאַװאָליע, אָבער װען מען לײענט זיך אַרײַן אױפֿמערקזאַם, באַמערקט מען, אַז דאָ זײַנען געדיכט איבערגעפֿלאָכטן פּאָעטישע אימאַזשן מיט רעאַליסטישע פּרטים. די געשפּאַנטע מעטאַפֿאָרישקײט קומט בולטער אַרױס אין די פֿריִערדיקע דערצײלונגען, בעת דער סטיל פֿון די שפּעטערע װערק איז מער רעאַליסטיש. פּראָפֿעסאָר רות װײַס האָט געשריבן אין איר הקדמה צו דער ייִדישער אױסגאַבע פֿון „די נבֿואה פֿון שװאַרצאַפּלען‟: „סוצקעװער, ניט געקוקט אױף זײַן אױסגעשפּראָכענער יחידישקײט, איז בלי־ספֿק אַ קינד פֿון אַ ציװיליזאַציע װאָס איז אײַנגעהאַלטן אין אַ שפּראַך. זײַן בטחון שטאַמט פֿון די קװאַלן, װאָס האָבן אים געהאָדעװעט, װי אױך פֿון זײַן אײגענעם התחײַבֿות לגבי זײ.‟

אָבער סוצקעװער איז ניט נאָר אַ קינד פֿון ייִדיש. װי אַ מזרח־אײראָפּעיִשער מאָדערניסט, האָט ער אײַנגעזאַפּט השפּעות פֿון פֿאַרשײדענע קולטורעלע סבֿיבֿות, אין װעלכע ער האָט געלעבט, דער פּױלישער און דער רוסישער. אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז ער אַ יורש פֿון משה קולבאַק און ה. לײװיק, ניט פֿון מענדעלע און שלום־עליכם. ער האָט זיך געלערנט די ליטעראַרישע מלאָכה אױך בײַ די רוסיש־ייִדישע דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און באָריס פּאַסטערנאַק. זײַנע ערשטע באַגעגענישן מיט פּאָעזיע זײַנען געװען אין דער פּױליש־ייִדישער שול אין װילנע, װוּ ער האָט געלײענט לידער און פּאָעמעס פֿון די פּױלישע ראָמאַנטישע דיכטער אַדאַם מיצקיעװיטש, יוליוש סלאָװאַצקי און ציפּריאַן נאָרװיד. נאָכן חורבן האָט סוצקעװער אונטערגעצױגן די ביטערע סך־הכּלען פֿון זײַן ליבע פֿאַר פּױלן אין דער פּאָעמע „צו פּױלן‟. אָבער ער האָט ניט געקענט, און מסתּמא ניט געװאָלט, אױסמעקן די פּױלישע פּאָעטישע שפּורן פֿון זײַן שאַפֿונג.

די נײַע ענגלישע זאַמלונג עפֿנט אױף װיכטיקע נײַע צדדים פֿון סוצקעװערס ליטעראַרישער ירושה. זי אַנטפּלעקט אײנעם פֿון די גרעסטע ייִדישע דיכטער װי אַ שײנעם און געניטן דערצײלער, װאָס האָט פֿאַרברײטערט דעם טעמאַטישן און סטיליסטישן גערעם פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּראָזע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version