ווידעאָ: אַ מאַטראָסן־לידל אויף מאַמע־לשוןWATCH: Believe it or not, a Yiddish sea shanty
נאָך דעם וואָס אויטענטישע ים־לידער זענען געוואָרן אַ מאָדע אויף „טיקטאָק“, האָט מײַקל וועקס געשאַפֿן אַ ייִדישן נוסח.

Image by Getty Images
יעדע פּאָר וואָכן פֿאַרשפּרייט זיך אויף TikTok (טיקטאָק) — אַ פּאָפּולערע סאָציאַלע פּלאַטפֿאָרמע בײַ מענטשן ייִנגער פֿון 25 יאָר אַלט — אַ נײַע מאָדע וואָס אַלע פּרוּוון דערנאָך צו אימיטירן.
לעצטנס איז די נײַע משוגעת אויף „טיקטאָק“ אַרויפֿצושטעלן ווידעאָס, אין וועלכע מע זינגט מאַטראָסן לידלעך (sea shanties בלע״ז). כאָטש די לידלעך זענען זייער שיין און אינטערעסאַנט פֿון אַ קולטורעלן שטאַנדפּונקט, ווערן זיי ווײַט ניט באַטראַכט ווי קיין הויפּטשטראָמיקער פֿענאָמען. מע זינגט זיי מער ניט אויף קיין שיפֿן, און, ביז לעצטנס, האָט מען זיי געהערט כּמעט נאָר בײַ זינגער אויף פֿעסטיוואַלן פֿון דער בריטישער פֿאָלקמוזיק.
ווען די מאַטראָסן־לידלעך זענען געוואָרן פּאָפּולער, האָט דער חזן מאַט אַוסטערקלײַן געוואָלט שאַפֿן אַן אייגן ליד לויטן נוסח פֿון אַ באַקאַנטן ים־לידל. ער האָט זיך געוואָנדן צום שרײַבער און איבערזעצער מײַקל וועקס אים צו שאַפֿן. דער רעזולטאַט איז אַ ליד אויף ייִדיש צו דער מעלאָדיע פֿונעם באַרימטן נײַ־זעלאַנדער ליד Soon May the Wellerman Come, וואָס באַשרײַבט דעם ביטערן גורל פֿון די אַרבעטער אויף אַ שיף וואָס פֿאַנגט וואַלפֿישן. מע האָט עס, אַ פּנים, לכתּחילה געזונגען בשעת מע האָט צעזעגט די אומגליקלעכע באַשעפֿענישן נאָך דעם וואָס מע האָט זיי געכאַפּט. אַ „וועלערמאַן“ איז געווען אַ מאַטראָס אָנגעשטעלט דורך דער פֿירמע פֿון די ברידער וועלער, די רײַכסטע וואַלפֿיששיף־מאַגנאַטן אין נײַ־זעלאַנד. דאָס אָריגינעלע ליד קען מען הערן דאָ:
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ וואַלפֿיש־יעגער איז ניט קיין פּאַסיקע פֿאַך פֿאַר אַ ייִדישן בחור, האָט מײַקל וועקס אין גאַנצן געביטן די ווערטער פֿונעם אָריגינאַל. אַנשטאָט צו באַשרײַבן וועגן די צרות בײַם כאַפּן וואַלפֿישן, דערציילט מען די געשיכטע פֿון די ייִדן און וועגן דעם בענקעניש נאָך משיחן. דער זינגער איז דער חזן מאַט אַוסטערקלײַן.