Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איז דער מישכּן געווען באַצירט מיטן לעדער פֿון איינהאָרנס?Was the Tabernacle decorated with unicorn leather?

די תּורה ניצט דאָס וואָרט „תּחשים‟, נאָר חז״ל איז נישט מסכּים וואָס איז טאַקע דער טײַטש דערפֿון.

אין דער לעצטער תּורה־פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן פֿאַרשיידענע שיינע און טײַערע מאַטעריאַלן, וואָס זענען אויסגענוצט געוואָרן בײַם בויען דעם מישכּן. די דרײַ דערמאָנטע מעטאַלן — גאָלד, זילבער און קופּער — ווײַזן אָן, אַז זינט יענער ווײַטער תּקופֿה האָט זיך די מענטשלעכע באַציִונג צו זיי פֿאַקטיש נישט געביטן.

קופּערנע מטבעות זענען נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט אין דער גאָרער וועלט; גאָלדענע און זילבערע חפֿצים בלײַבן דער יסוד פֿון יוּוועליר־באַצירונגען, הגם אין דער הײַנטיקער וועלט זענען אויך פֿאַרשפּרייט אַזעלכע טײַערע מעטאַלן, ווי פּלאַטין און פּאַלאַדיום, וואָס דערמעגלעכן צוצוגעבן דעם זילבערנעם קאָליר צום „ווײַסן גאָלד‟.

אין יענער פּרשה ווערן אויך דערמאָנט געוויסע אַדלשטיינער: „אַבֿני־שוהם‟. דער תּגרום־אונקלוס טײַטשט זיי אָפּ ווי בעריל; לויט אַנדערע אוראַלטע איבערזעצונגען איז עס געווען קאַרנעאָל — אַ רויטלעכער אָדער אָראַנזשעווער מין כאַלצעדאָן. ביידע שטיינער זענען גוט באַקאַנט און בלײַבן גאַנץ פּאָפּולער. לויט אַן אַנדער באַקאַנטער ווערסיע, איז עס געווען אָניקס — אויך אַ מין כאַלצעדאָן. אַנדערע דערמאָנטע מאַטעריאַלן זענען אויך גוט באַקאַנט און פֿאַרשטענדלעך.

די תּורה זאָגט אָבער, אַז פֿון דרויסן אין דער מישכּן געווען באַצירט מיט דער לעדער פֿון תּחשים. וואָס פֿאַר אַ בהמה איז דאָס געווען? די חז”ל אינעם מדרש־תּנחומא דערקלערן, אַז דער תּחש איז געווען אַ ריזיקער איינהאָרן . אין דער גמרא שטייט דערצו געשריבן, אַז די דאָזיקע בהמה האָט געהאַט אַ בונטע הויט פֿון פֿאַרשיידענע קאָלירן.

אַ ריזיקער בונטער איינהאָרן? אַזאַ באַשעפֿעניש קלינגט ווי אַ פּערסאָנאַזש פֿון עפּעס אַ קינדער־אַנימאַציע.

פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען דעם דאָזיקן מדרש אָפּטײַטשן ווי אַ משל, אַן אַלעגאָריע און אַפֿילו טאַקע אַ פֿאַנטאַסטיש געשטאַלט פֿאַר קינדער, צו מאַכן די גאַנצע מעשׂה פֿונעם בנין־המישכּן מער פֿאַרכאַפּנדיק און באַחנט. סעדיה גאָון האָט בכלל געהאַלטן, אַז „תּחש‟ איז נישט געווען אַ מין בהמה, נאָר אַ געוויסער מעטאָד פֿון לעדער־באַאַרבעטונג. פֿאַרוואָס האָבן אָבער אונדזערע חכמים אָפּגעווײַכט אין דעם פֿאַל פֿון דער גאַנץ רעאַליסטישער שילדערונג?

די חז”ל דערקלערן אויך, אַז יענער איינהאָרן איז געווען אַן אוניקאַל — און דווקא כּשר — באַשעפֿעניש, וואָס דער אייבערשטער האָט ספּעציעל באַשאַפֿן לכּבֿוד דעם מישכּן. ווען ייִדן האָבן זי געשאָכטן און אויסגענוצט דאָס לעדער, האָט מען אַזאַ בהמה מער אין ערגעץ נישט געזען. דאָס גיט צו נאָך איין פֿאַנטאַסטישן עלעמענט צו דער מעשׂה, אָבער, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, מאַכט זי עס בסך־הכּל מער רעאַליסטיש: אויף עפּעס, וואָס האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט בלויז איין מאָל על־פּי נס, קאָן מען קיין קשיאות נישט פֿרעגן.

דאָס איינציקע מאָל, ווען דער מיסטעריעזער תּחש באַווײַזט זיך ווידער אינעם תּנ”ך, איז בײַם נבֿיא יחזקאל. אינעם קאַפּיטל ט״ז זאָגט ער, אַז נאָך יציאת־מצרים האָט דער באַשעפֿער געגעבן ייִדן שיך געמאַכט פֿון דער דאָזיקער בהמה. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַן אוראַלטער גריכיש־שפּראַכיקער ייִדישער פּאָעט, וואָס האָט געטראָגן דעם נבֿיאס נאָמען, יחזקאל דער טראַגיקער, האָט מיט 2,200 יאָר צוריק געשריבן, אַז ייִדן האָבן געטראָפֿן אינעם מידבר אַ ריזיקן פֿיל־קאָליריקן פֿעניקס. דער מחבר שרײַבט וועגן דעם לעגענדאַרן פֿויגל, אַז ער איז געגאַנגען ווי „עפּעס אַ טריומפֿאַלער אָקס‟. איז דאָס פֿאַרבונדן מיט דער תּחש־מעשׂה?

נאָך פֿריִער, בערך מיט 2,400 צוריק, האָט וועגן די איינהאָרנס בדרך־כּלל געשריבן דער גריכישער היסטאָריקער קטעסיאַס. ער האָט געוווינט אין פּערסיע און געהערט דאָרטן, אַז אַזעלכע בהמות זענען בנימצא אין אינדיע. אין דער גמרא־תּקופֿה האָט דער עולם אָנגענומען די עקזיסטענץ פֿון איינהאָרנס ווי אַ פֿאַקט — בפֿרט אין פּערסיע, וווּ עס האָבן געוווינט די מחברים פֿונעם תּלמוד־בבֿלי.

אין מיטל־עלטער זענען פֿאַרשיידענע מעשׂיות וועגן איינהאָרנדיקע בהמות געווען זייער פּאָפּולער סײַ אין אייראָפּע, סײַ אויפֿן מוסולמענישן מיזרח. דעריבער איז נישטאָ קיין חידוש, אַז בײַ ייִדן האָבן די מעשׂיות וועגן די מיסטעריעזע תּחשים געקלונגען גאַנץ רעאַליסטיש, אָבער פֿאַרכאַפּנדיק צוליב דער עקזאָטישער נאַטור פֿון דער בהמה. נאָך צוויי זאָאָלאָגישע טערמינען אינעם תּנ״ך, „רעמים‟ און „קרשים‟, ווערן צומאָל אויך אָפּגעטײַטשט ווי איינהאָרנס.

לויט דער הײַנטצײַטיקער לינגוויסטיק, איז אָבער סעדיה גאָון, מסתּמא, געווען גערעכט; אַן ענלעך וואָרט אין אַלט־מצרים מיינט טאַקע אַ געוויסן מעטאָד פֿון לעדער־באַאַרבעטונג.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.