Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: פֿאָרווערטס לאָזט אַרויס ייִדישן נוסח פֿון וווּדי גאָטריס ליד, „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“WATCH: Forverts premieres Yiddish version of Woody Guthrie’s classic, ‘This Land is Your Land’

די מיט־איבערזעצערין ליבע גריץ האָט געוואָלט געבן דעם ליד אַ ייִדישן קנייטש, גלײַכצײַטיק אָנהאַלטנדיק זײַן אוניווערסאַלע בענקעניש נאָך פֿרײַהייט.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

דער פֿאָרווערטס האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם פֿאָלקסזינגער וווּדי גאָטריס קלאַסישן אַמעריקאַנער ליד, „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“.

דער מוזיק־ווידעאָ פֿונעם ליד, וואָס ווערט געזונגען פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער גרופּע ייִדישע זינגער און קלעזמער־מוזיקער, איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿונעם באַקאַנטן קלעזמער־מוזיקער דניאל קאַהן. כאָטש ס׳רובֿ מענטשן וואָלט זיך געדאַכט אַז דער באַרימטער אַמעריקאַנער פֿאָלקסזינגער, וואָס איז ניט געווען קיין ייִד, האָט נישט קיין שום שײַכות מיט ייִדיש, האָט גאָטרי דווקא געהאַט טיפֿע פּערזענלעכע און קינסטלערישע פֿאַרבינדונגען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זײַן שוויגער איז געווען די ייִדישע פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט און ביידע האָבן אָפֿט געוויזן איינער דעם צווייטן זייערע לידער. אַ דאַנק די עצות פֿון גרינבלאַט, און אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון משה אַש, דעם אייגנטימער פֿון דער פּלאַטע־פֿירמע וואָס האָט פֿאַרשפּרייט זײַנע אַלבאָמען, האָט גאָטרי געשריבן מער ווי אַ טוץ לידער וועגן חנוכּה און אַנדערע ייִדישע טעמעס. משה אַש איז געווען אַ זון פֿונעם שרײַבער שלום אַש.

ליבע גריץ, אַ זײַל פֿון דער באָסטאָנער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה און אַ זינגערין אינעם באָסטאָנער אַרבעטער רינג־כאָר, „אַ בעסערע וועלט“, האָט געמאַכט דעם ערשטן פּרוּוו איבערצוזעצן דאָס ליד. זי האָט געבראַכט איר איבערזעצונג צום וואַרשטאַט „לידער־שמידערײַ“ בײַם ייִדיש־פֿעסטיוואַל, „ייִדיש־ניו־יאָרק“, וווּ די זינגער דניאל קאַהן און דזשאַש וואַלעצקי האָבן, צוזאַמען מיט איר, באַאַרבעט דעם טעקסט.

ווען וואַלעצקי האָט זי געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס האָסטו געשאַפֿן אַ ייִדישן נוסח פֿונעם ליד?“ האָט גריץ זיך געכאַפּט, אַז כאָטש זי האָט געוואָלט איבערזעצן דאָס ליד צוליב אירע „ייִדישע ווערטן פֿון יושר און גערעכטיקייט — טיף אײַנגעוואָרצלט אין אַ ראַדיקאַלער ייִדישקייט“, האָבן אין איר איבערזעצונג געפֿעלט רמזים אויף דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. איז איר אײַנגעפֿאַלן צו בײַטן גאָטריס פֿראַזע, „דער אינדזל ניו־יאָרק“, אויף „עליס אײַלענד“, ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד די אימיגראַנטן, אַרײַנגערעכנט אירע אייגענע אָבֿות, וואָס זענען אָנגעקומען אין אַמעריקע דורך אָט דעם גרענעץ־טויער.

דער נײַער נוסח פֿונעם ליד האָט באַקומען אַ נאָך מער ייִדישן טעם ווען דניאל קאַהן האָט פֿאַרביטן גאָטריס סטראָפֿע וועגן „דימענטענע מדבריות“ אויף די שורות, „כ׳האָב מיר געוואַנדערט, אין אַ לאַנד אַ פֿרײַען/ אַרויס פֿון מידבר, ווי ממצרים/ געזוכט אַ נײַעם ירושלים“.

„דאָס גיט טאַקע צו צו דער סטראָפֿע אַ ייִדישע שאַטירונג, און דאָך פֿאַרבלײַבט אינעם ליד די אוניווערסאַלע בענקשאַפֿט נאָך פֿרײַהייט“, האָט גריץ געזאָגט.

לכתּחילה האָט גאָטרי אָנגעשריבן „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“ ווי אַ קריטיק אויף אירווינג בערלינס ליד, „גאָט, בענטש אַמעריקע“, וואָס דער פֿאָלקסזינגער האָט געהאַלטן פֿאַר אַן אויסדרוק פֿון איבערגעטריבענעם פּאַטריאָטיזם. עס איז אים ניט געפֿעלן געוואָרן דאָס, וואָס בערלינס ליד דערמאָנט בכלל ניט די חסרונות פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. ס׳איז איראָניש — האָט קאַהן באַמערקט — וואָס הײַנט מײַדן געוויסע זינגער אויס „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“, טאַקע ווײַל זיי טײַטשן עס פֿאַלש אויס ווי אַ שאָוויניסטישער הימען.

„מענטשן קענען בלויז אַ העלפֿט פֿון גאָטריס ליד“, האָט גריץ געזאָגט. „מע האָט בכּיוון פֿאַרשוויגן די סטראָפֿעס וועגן הונגער, ווידערשטאַנד און הסגת־⁠גבֿול. מיר האָבן געוואָלט שאַפֿן אַ ייִדישן נוסח, וואָס איז געטרײַ דעם אָריגינאַל, און וואָס זאָל געהעריק אָפּשפּיגלען אַמעריקעס ניט־דערפֿילטן צוזאָג“.

נאָכן „ייִדיש ניו־יאָרק“־פֿעסטיוואַל האָבן גריץ און קאַהן ווײַטער באַאַרבעט דעם טעקסט פֿונעם ליד דורך „זום“. אַז זיי האָבן אים פֿאַרענדיקט, האָט קאַהן רעקרוטירט ייִדישע זינגער און קלעזמער־מוזיקער אין דײַטשלאַנד, אַמעריקע און שאָטלאַנד צו רעקאָרדירן טיילן פֿונעם ליד, און דערנאָך האָט ער די רעקאָרדירונגען צונויפֿגעפֿלאָכטן כּדי צו שאַפֿן דעם ווידעאָ.

„ס׳איז געווען לשם־שמים“, האָט קאַהן געזאָגט.

מע האָט באַשלאָסן אַרויסצולאָזן דעם ווידעאָ די וואָך, כּדי אָפּצומערקן 81 יאָר זינט גאָטרי האָט לכתּחילה געשאַפֿן דאָס ליד, דעם 23סטן פֿעברואַר 1940.

„דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“ איז ווײַט ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס קאַהן האָט אָנטייל גענומען אין אַ פּראָיעקט איבערצוזעצן אַ באַליבט ליד פֿון ענגליש אויף ייִדיש. ער האָט פֿריִער איבערגעזעצט לענאָרד כּהנס „הללויה“ און באָב דילאַנס „איך וועל זײַן באַפֿרײַט“ אויף מאַמע־לשון. די ווידעאָס פֿון ביידע לידער זענען אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורכן פֿאָרווערטס.

אַחוץ גריץ און קאַהן, טרעטן אויף אינעם מוזיק־ווידעאָ די זינגער שׂרה־מינע גאָרדאָן, לאָרין סקלאַמבערג, מיישקע אַלפּערט, סוועטאַ קונדיש, עוואַ לאַפּסקער און דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל.

סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון די „קלעזמאַטיקס“, האָט שוין פֿריִער געשאַפֿן מוזיק פֿאַרבונדן מיט וווּדי גאָטריס ייִדישער ירושה. אין 2006 האָט די „קלעזמאַטיקס“ אַרויסגעלאָזט דעם אַלבאָם Woody Guthrie’s Happy Joyous Hanukkah (וווּדי גאָטריס פֿריילעכן חנוכּה), וואָס נעמט אַרײַן זיבן פֿון גאָטריס חנוכּה־לידער. אינעם זעלביקן יאָר האָט די קאַפּעליע אויך באַקומען אַ „גרעמי“־אויסצייכענונג אין דער קאַטעגאָריע, „בעסטער הײַנטצײַטיקער אַלבאָם פֿון דער וועלט־מוזיק“, פֿאַר Wonder Wheel (וווּנדערראָד), פֿאַר וועלכן די קאַפּעליע האָט קאָמפּאָנירט מוזיק צו 12 פֿון וווּדי גאָטריס לידער, וואָס דער פֿאָלקסזינגער האָט קיין מאָל ניט רעקאָרדירט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.