Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: דניאל קאַהן און סוועטאַ קונדיש זינגען „די מענטשן־פֿרעסערס“WATCH: Daniel Kahn and Sveta Kundish perform “The Man-Eaters’’

דער ווידעאָ פֿאַר סאָלאָמאָן סמאַלס ליד פֿון 1916 וועגן טובערקולאָז נעמט אַרײַן אַ סובטילע וואָרענונג פֿאַר די הײַנטיקע מנהיגים. 

דער נאָמען סאָלאָמאָן סמאַל (פֿון דער היים: שלמה שמולעוויץ) איז הײַנט ווייניק באַקאַנט אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע ייִדישע זינגער און מחברים פֿון לידער. פֿון 1900 ביז די 1930ער יאָרן, האָט סמאַל אָבער אָנגעשריבן צענדליקער פֿון די פּאָפּולערסטע לידער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער בינע און איז אויך געווען אַ פּאָפּולערער זינגער, וועמענס פּלאַטעס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט ווי הייסע לאָקשן. איינס פֿון די לידער איז דער אַמאָליקער שלאַגער, „אַ בריוועלע דער מאַמען“.

אין די לעצטע פּאָר יאָר, אַ דאַנק דער זינגערין דזשיין פּעפּלער, וואָס האָט אַרויפֿגעשטעלט עטלעכע פֿון זײַנע רעקאָרדירונגען אויף יוטוב און רעקאָרדירט אירע אייגענע נוסחאָות פֿון נאָך אַ פּאָר פֿון זײַנע לידער, זענען סמאַלס שאַפֿונגען בעסער באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט. איין פֿאַרגעסן ליד וואָס פּעפּלער האָט געהאָלפֿן אויפֿלעבן הייסט „די מענטשן־פֿרעסערס“, וואָס באַשרײַבט ווי די מענטשהייט לײַדט פֿון טובערקולאָז, פּאָליאָ, מלחמות און רוצחישע פֿירער, איז ניט געווען ספּעציעל רעלעוואַנט אין 2017, ווען זי האָט עס לכתּחילה אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב. הײַנט איז עס, צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס, צום באַדויערן, שוין זייער אַקטועל.

ס׳איז פּאַסיק, דערפֿאַר, וואָס דניאל קאַהן און סוועטאַ קונדיש האָבן די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ נאָוואַטאָרישן מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן זיי זינגען דאָס ליד צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל“. אינעם שוואַרץ־ווײַסן מוזיק־ווידעאָ (געשאַפֿן דורך דניאל קאַהן און זײַן פֿרוי, עוואַ לאַפּסקער), ווײַזט מען אויסשניטן פֿון אַרכיוואַלע ווידעאָס וועגן פֿאָלקסגעזונט און עפּידעמיעס, צוזאַמען מיט נײַ־געמאַכטע סצענעס פֿילמירט לעצטנס אין דײַטשלאַנד, אין וועלכע קאַהן, קונדיש און די מוזיקער טראָגן מאַסקעס. 

אין איין מאָמענט פֿונעם ווידעאָ, ווען די זינגער פֿאַרדאַמען די „וואַמפּירן“ און „הערשער און קייסאָרים“ וואָס „שפּילן אין שאַכמאַט“ מיטן לעבן פֿון זייערע בירגער, זעט מען אַ פּאַראַד. אויפֿן ערשטן בליק זעט אויס דער פּאַראַד ווי אַ געוויינטלעכער פּאַראַד. דערנאָך מאַרשירן אָבער פֿאַרבײַ מענטשן וואָס טראָגן מאַסקעס. אָט דער פּאַראַד איז געווען איינער פֿון די טרויעריק־באַרימטע, דורכגעפֿירט אין אַמעריקע אין 1918, בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, כּדי אַרויסצוווײַזן שטיצע פֿאַר די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין אייראָפּע. אין יענעם יאָר האָט זיך אויך פֿאַרשפּרייט די געפֿערלעכע שפּאַנישע גריפּע. כאָטש מע האָט גוט געוווּסט, אַז ס׳איז דאָ אַ גרויסע סכּנה אַז די מענטשן וואָס מאַרשירן אין די גאַסן וועלן אָנגעשטעקט ווערן מיט דער גריפּע, האָט די רעגירונג לשם פּאַטריאָטיזם געלאָזט, אַז די פּאַראַדן זאָלן דורכגעפֿירט ווערן. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז די מגפֿה האָט זיך אַלץ גיכער פֿאַרשפּרייט און צענדליקער טויזנט מענטשן זענען אומגעקומען אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, שיקאַגע און אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט ווי אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון אָט דעם אַכזריותדיקן באַשלוס. 

דער פֿילם־אויסשניט פֿון 102 יאָר צוריק דינט ווי אַ ביטערער פּירוש אויף די הײַנטיקע פּאָליטיקער, וואָס דערלאָזן אַז מע זאָל ווידער עפֿענען די געשעפֿטן, ניט געקוקט אויפֿן געפֿאַר פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, און אויף פּרעזידענט טראָמפּ, וואָס פֿאָדערט, אַז מע זאָל לכּבֿוד אים שאַפֿן גרויסע מאַניפֿעסטאַציעס, אין וועלכע טויזנטער מענטשן פֿאַרזאַמלען זיך אויף אַ ניט־אָפּגעזונדערטן אופֿן בשעת אַ מגפֿה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.