Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שטערן פֿון פֿאָלקסבינעס „פֿידלער אויפֿן דאַך“ וועלן זינגען „גאָט, בענטש אַמעריקע“ אויף ייִדישFolksbiene “Fiddler” cast to perform “God Bless America” in Yiddish

דער ווידעאָ, לכּבֿוד דער אײַנשווערונג פֿון פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, ווערט באַטראַכט ווי אַ געבעט פֿאַרן וווילזײַן פֿון דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע.

כּדי צו פּראַווען די אײַנשווערונג פֿונעם נײַ־דערוויילטן פּרעזידענט דזשאָו בײַדען דעם 20סטן יאַנואַר, וועט די פֿאָלקסבינע אַרויסלאָזן אַ ווידעאָ, אין וועלכן די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן „פֿידלער אויפֿן דאַך“ וועלן זינגען „גאָט בענטש אַמעריקע“ אויף ייִדיש.

די פּראָגראַם וועט מען קענען זען אויף דער פֿאָלקסבינעס וועבזײַט דינסטיק, דעם 19טן יאַנואַר, 10:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.

אינעם ווידעאָ, געשאַפֿן דורכן אַקטיאָר בען ליבערט (דער וואָס האָט געשפּילט דעם שנײַדער, מאָטל), טרעטן אויף מער ווי 20 אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט סטיוו סקײַבעל, דזשאָען באָרץ, ליסאַ פֿישמאַן, משה לאָבעל, אָדם שאַפּיראָ, מיכל יאַשינסקי און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ — דזשאָעל גריי, דער לעגענדאַרער אַקטיאָר וואָס האָט רעזשיסירט דעם ייִדישן „פֿידלער אויפֿן דאַך“.

די נײַע מוזיקאַלישע אַראַנזשירונג האָט געשאַפֿן זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס האָט געשפּילט קלאַרנעט אין דער פֿאָלקסבינעס פֿאָרשטעלונג. לאָרען דזשין טאָמאַס, די פֿידלערין פֿון דער אינסצענירונג, וועט שפּילן די נײַע אַראַנזשירונג.

דער פּלאַן אַרויסצולאָזן אַזאַ ווידעאָ לכּבֿוד דער אײַנשווערונג פֿונעם קומענדיקן פּרעזידענט איז געווען ליסאַ פֿישמאַנס אַן אײַנפֿאַל. זי האָט דערקלערט, אַז אירווינג בערלין (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין), אַ ייִדיש־רעדנדיקער אימיגראַנט וואָס האָט געשאַפֿן אַ סך פֿון די פּאָפּולערסטע אַמעריקאַנער לידער פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט אַרויסגעלאָזט „גאָט בענטש אַמעריקע“ בשעתן אויפֿקום פֿון פֿאַשיזם אין אייראָפּע.

„די טעג, ווען מיר שליסן אַ פֿינצטערע תּקופֿה פֿון קאָנפֿליקט און סיכסוכים און באַגריסן די נײַע פּרעזידענטישע אַדמיניסטראַציע, איז דאָס זינגען אַזאַ באַליבטן אַמעריקאַנער הימען אויף ייִדיש, אויפֿן מחברס מאַמע־לשון, אַן אוניקאַלער אופֿן צו אָנערקענען אונדזערע נײַע פֿירער, צו פֿײַערן די אידעאַלן און ווערטן פֿון אונדזער לאַנד און צו ‘זאָגן אַ תּפֿילה’ פֿאַרן וווילזײַן פֿון אונדזער שיינער, לאַנג־דויערנדיקער, אָבער פֿאָרט דעליקאַטער דעמאָקראַטיע“.

דעם ייִדישן נוסח פֿון „גאָט בענטש אַמעריקע“ האָט געשאַפֿן דער זינגער און מוזיקאָלאָג הענעך סאַפּאָזשניק פֿאַר מאַנדי פּאַטינקינס אַלבאָם, „מאַמע־לשון“. דער חסידישער פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער האָט אים שפּעטער אַרײַנגענומען אין זײַן אייגענעם רעפּערטואַר.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.