דעם 11טן מאַרץ: — „זום“־דיסקוסיע וועגן דער טראַדיציע פֿון איבערזעצן ענגלישע לידער אויף ייִדישMarch 11: Zoom discussion about the tradition of translating English songs into Yiddish
דאָס „זום“־געשעעניש איז אַן אָפּרוף אויפֿן הצלחהדיקן נײַעם פֿאָרווערטס־ווידעאָ פֿון וווּדי גאָטריס „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“ אויף ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די נײַע ייִדישע איבערזעצונג פֿון וווּדי גאָטריס „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט אַרויסגעלאָזט פֿאַראַכטאָגן, איז שוין אַ גרויסער שלאַגער. במשך פֿון ווייניקער ווי זיבן טעג האָבן מער ווי 43,000 מענטשן געזען דעם ווידעאָ, אין וועלכן עס זינגען לאָרין סקלאַמבערג, דניאל קאַהן, מיישקע אַלפּערט, ליבע גריץ, סוועטאַ קונדיש און שׂרה־מינע גאָרדאָן און שפּילט פּאַטריק פֿאַרעל אויפֿן אַקאָרדעאָן.
דאָס איבערזעצן ייִדישע לידער אויף ענגליש איז שוין אַן אַלטע טראַדיציע דאָ אין אַמעריקע. כּדי אַרומצורעדן דעם פֿענאָמען, ווי אויך דעם קולטורעלן סינטעז וואָס דאָס שאַפֿט, און די מעלות און שוועריקייטן פֿון אַזאַ אַרבעט, וועט דער פֿאָרווערטס פֿירן אַ “זום”־דיסקוסיע וועגן דער טעמע דאָנערשטיק, דעם 11טן מאַרץ, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. דזשאָדי רודאָרען, די שעף־רעדאַקטאָרין פֿונעם ענגלישן פֿאָרווערטס, וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ.
אינעם פּאַנעל וועלן זיך באַטייליקןן:
דער זינגער דניאל קאַהן, וואָס האָט פּראָדוצירט דעם מוזיק־ווידעאָ און איבערגעזעצט דאָס ליד צוזאַמען מיט ליבע גריץ.
מײַקל וועקס, דער מחבר פֿונעם בוך Born to Kvetch, וואָס איז אויך אַן איבערזעצער פֿון זינגלידער פֿון דײַטשיש און ענגליש אויף ייִדיש.
לאָרין סקלאַמבערג, דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם ייִוואָ און הויפּטזינגער פֿון די „קלעזמאַטיקס“, אַ קאַפּעליע וואָס האָט במשך פֿון די יאָרן געזונגען אַ סך לידער אויף ייִדיש איבערגעזעצט פֿון ענגליש.
רחל קפֿריסין: אַ דראַמאַטורגין און קולטור־קריטיקערין וואָס פֿירט אָן מיט אַ רובריק וועגן דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור.
דזשאָרדין קוציק: דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, וואָס שרײַבט אָפֿט וועגן דער ייִדישער מוזיק און איבערזעצערײַ.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
