Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װער באַקומט נישט דעם קאָװיד־װאַקצין אין אַמעריקע און ישׂראל? — מאָראַלישע עװלות בשעת אַ פּאַנדעמיעWho isn’t getting the Covid vaccine in the US and Israel? – Moral wrongs during a pandemic

די מענטשן וואָס ווערן וואַקצינירט זענען, בדרך־כּלל, די װאָס האָבן אױטאָס, פֿרײַע צײַט, און צוטריט צו דער אינטערנעץ.

װאָס קענען אַמעריקע און ישׂראל זיך אָפּלערנען אײנער פֿונעם צװײטן װעגן אַ באַרעכטיקטער און געהעריקער װאַקצין־פֿאַרשפּרײטונג?

מע לײענט כּסדר װעגן דעם סוקצעס װאָס די ישׂראלישע לאַנדישע געזונט־סיסטעם האָט אַדורכגעפֿירט. די פּראָפּאָרץ װאַקצינירטע איז געשטיגן גיכער און העכער װי אין די פֿש״אַ, און בשעת איך שרײַב די שורות איז אַ גרעסערע באַפֿעלקערונג אין ישׂראל נאָך אַלץ װאַקצינירט װי אין אַמעריקע.

נאָר גרױסע ריסן, תּהומען ממש, אין דעם פֿאָלקס־געזונט־אָפּרוף שטעכן די אױגן אין בײדע לענדער. כאָטש זײ זײַנען נישט פּונקט פֿון זעלבן מין האָבן זײ ענלעכע עלעמענטן װאָס מע קען זיך פֿון דעם עפּעס אָפּלערנען.

אין אַמעריקע איז שטאַרק אײַנגעבאַקן אינעם פּאָליטישן גײַסט דער געדאַנק אַז די רעגירונג איז נישט דער בעסטער באַדינער פֿון פֿאָלק — אַ געדאַנק וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נישט מיט ראָנאַלד רייגען, ווי מערסטע מענטשן גלייבן, נאָר בעת דזשימי קאַרטערס אַדמיניסטראַציע. מע האַלט אַז, דער פּריװאַטער סעקטאָר איז מער מסוגל דאָס צו טאָן, און קען אַדורכפֿירן, מיטן כּישוף פֿון קאַפּיטאַליסטישן מאַרק, מער לטובֿת דעם פֿאָלק.

דאָס איז געװאָרן אַ מין פֿאַרכּישופֿטע ראָד. װאָס װײניקער צוטרױ מע האָט אין דער רעגירונג, אַלץ װײניקער טיילן די פֿעדעראַלע באַאַמטע צו דער רעגירונג די נייטיקע פֿאָנדן כּדי אַדורכצופֿירן ממשותדיקע אונטערנעמונגען. צו שטיצן די אָרעמע־לײַט װען מע שנײַדט בודזשעטן איז נישט גרינג.

דאָס איז אױך שײך דעם באַגריף פֿאָלקסגעזונט. מע װאָלט געקענט אױסמײַדן געװיסע קראַנקײטן, װי אױך פּאַנדעמיעס, װען מע זאָל שטיצן די אינפֿראַסטרוקטור פֿון עפֿנטלעכן געזונט.

װעלכע סעקטאָרן פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען מערסטנס אָפּהענגיק אין דער רעגירונג? די װאָס די פּריװאַטע סיסטעמען שטיצן נישט: די אָרעמע־לײַט און די מאַרגינאַלע מענטשן אױף די ראַנדן פֿון דער געזעלשאַפֿט. איז נישט קשה צו פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס דװקא די גרופּעס זײַנען צום מערסטנס געטראָפֿן געװאָרן פֿון קאָװיד. עד־היום קען מען נאָך זען, װי די פֿאַרשפּרײטונג פֿון װאַקצינען לײגט איצט דעם טראָפּ אױף די װאָס ס׳איז זײ גרינגער צו באַקומען װאַקצינען לכתּחילה — די װאָס האָבן אױטאָס, פֿרײַע צײַט, און צוטריט צו דער אינטערנעץ.

מע װאָלט געקענט מיינען אַז דער מצבֿ פֿון ישׂראל וואָס שייך דעם װאַקצינירונג־סיסטעם איז גאָר אַנדערש װי אין אַמעריקע. און אין געוויסע אַספּעקטן אין דאָס ריכטיק. מע האָט װאַקצינירט מער בירגער. דאָס איז צו פֿאַרדאַנקען ישׂראלס געזונט־סיסטעם, װאָס איז מערסטנס אָפּהענגיק אין די קופּות חולים, „געזונט־געזעלשאַפֿטן“ װאָס שטאַמען אַלײן פֿון די לאַנדסמאַנשאַפֿטן פֿון דײַטש־רעדנדיקע לענדער. אַזאַ נאַציאָנאַלע סיסטעם איז נאָך אַלץ בלויז אַ װײַטער חלום אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װוּ די געזונט־פֿאַרזיכערונג איז מערסטנס אָפּהענגיק אין אַרבעט־געבערס.

שטעלט זיך אָבער דערמיט אַ פֿראַגע: אױב די ישׂראלדיקע געזונט־סיסטעם איז עפֿעקטיװ, װײַל מערסטע אין „דער געזעלשאַפֿט“ װערן געדעקט, װער זשע איז אױסגעשלאָסן פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט?

פֿאַראַן דרײַ קאַטעגאָריעס װאָס װערן פֿאַרקוקט און פֿאַרגעסן, ענלעך צו די פֿאַרגעסענע אָדער באעװלטע גרופּעס אין אַמעריקע.

פֿאַראַן צענדליקער טױזנטער גאַסט־אַרבעטער אין ישׂראל װאָס װערן נישט געדעקט און דער קופּתּ־חולים־סיסטעם און דעם נאַציאָנאַלן געזונט־געזעץ, װערן זײ איצט װאַקצינירט דורך ספּעציעלע אַמבולאַטאָריעס װאָס קענען נאָר מיט שװעריקײטן דינען די דאָזיקע באַפֿעלקערונג.

כאָטש די ישׂראלדיקע אַראַבער (אָדער, װי טײל רופֿן זײ זיך, ישׂראלדיקע פּאַלעסטינער) האָבן יאָ צוטריט צו װאַקצינען, איז זײער ראַטע פֿון װאַקצינירטקײט נידעריקער װי בײַ ייִדן. אין אַמעריקע באַשולדיקט מען די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אין קװענקלען זיך װעגן װאַקצינען, מע לײגט אױף דעם דעם טראָפּ און פֿאַרקוקט, אָדער מינימיזירט, די װיכטיקײט פֿון די אַלע מניעות װאָס שטײען צװישן יענער גרופּע און װאַקצינען. דאָס זעלבע איז חל אױף פּאַלעסטינער בירגער אין ישׂראל. שוין צענדליקער יאָרן זײַנען אַראַבישע שטעט אין ישׂראל (מחוץ די שטחים, אין ישׂראל גופֿא) געװען אונטער אַ מיליטערישער רעגירונג, און זינט דעמאָלט האָט נאָך אַלץ געהערשט אַן אונטערשײד צװישן די געזונט־רעסורסן בײַ ייִדישע און אַראַבישע ייִשובֿים, אַרײַנגערעכנט צוטריט צו דאָקטױרים און שפּיטעלער.

די אַלע אומגלײַכקײטן רופֿן זיכער אַרױס קװענקלענישן, װאָס מע קען אױך באַצייכענען װי אַ „באַרעכטיקטן אומצוטרױ“. װי אַפֿראָ־אַמעריקאַנער װאָס האָבן נישט קיין צוטרוי אין אַ געזונט־סיסטעם וואָס באַעוולט זיי אָפֿט, זײַנען אַראַבער אױך מסופּק, צי די ישׂראל־סיסטעמען זײַנען טאַקע אױסן זײער געזונט.

די לעצטע קאַטעגאָריע מענטשן אונטערן ישׂראל־אױפֿזיכט װאָס האָבן נישט קײן גלײַכן צוטריט צו װאַקצינירונגען זײַנען, פֿאַרשטײט זיך, די פּאַלעסטינער אין עזה און אויפֿן מערבֿ־ברעג. כאָטש די דאָזיקע טעריטאָריעס געניסן פֿון אַ געװיסער מאָס אומאָפּהענגיקײט, און די ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות האָבן זיך פֿאָרמעל אַרױסגעצױגן פֿון עזה, איז אױך אמת אַז ישׂראל קאָנטראָלירט אַלץ, אַרײַנגערעכנט געזונט־אײַנריכטונג, װאָס גײט אַרײַן אָדער קומט אַרױס פֿון פּאַלעסטינע. לױטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ איז דער אָקופּירער, אין דעם פֿאַל — ישׂראל, מחויבֿ אונטערצושפּאַרן דאָס געזונט פֿון די אָקופּירטע (ד״ה די פּאַלעסטינער). אײַ, די פּאַלעסטינער אױטאָריטעט האָט באַשלאָסן זיך אײַנצושאַפֿן װאַקצינען פֿון רוסלאַנד? איז גוט, נאָר דאָס באַפֿרײַט נישט די ישׂראל־רעגירונג פֿון איר אַחריות, סײַ מאָראַליש סײַ װאָס שײך דעם עפֿנטלעכן געזונט. לעצטנס, האָט אַפֿילו ביבי נתּניהו אָנגעהױבן דאָס צו אָנערקענען.

אין אַמעריקע איז נישטאָ קײן גלײַכער פּאַראַלעל צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, נאָר אַ סך נאָענטע פּאַראַלעלן זײַנען, װי אױבן דערמאָנט, זיכער פֿאַראַן. סײַ דער אַמאָליקער מצבֿ סײַ דער הײַנטיקער פֿון בײדע לענדער לערנט אונדז אַן אַלגעמײנעם אמת: נישט געקוקט אױף די פֿינאַנציעלע אַראַנזשירונגען װי אין ישׂראל, װוּ אַ נאַציאָנאַלער שטײַער צאָלט פֿאַר אַן אײנהײטלעכער סיסטעם, און נישט געקוקט אױף דעם טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס קענען פּאָליטישע אומגלײַכקײטן בשעת אַ פּאַנדעמיע פֿירן צו טייטלעכע רעזולטאַטן.

אַמעריקע דאַרף זיך נישט פּאַטשן אין בײַכל צוליב די דערשטױנענדיקער גיכקײט פֿון װאַקצין־פֿאַבריצירונג און ־טעסטירונג און ישׂראל דאַרף נישטג זײַן צופֿרידן מיט זיך צוליב דער רעלאַטיװער גיכער פֿאַרטײלונג פֿון װאַקצינען בײַ אירע בירגער. בײדע לענדער פֿאַרקוקן אַ גרויסן חלק פֿוןזײערע אײגענע אײַנװױנער. מע קען זאָגן אַז אין אַמעריקע איז פֿאַראַן אַ מין „אָקופּאציע“ פֿון ראַסיזם, בעת אין ישׂראל זעט מען צו פֿיל קרבנות פֿון אַ געזונט־סיסטעם וואָס גיט די אַראַבישע בירגער אַ צווייט־ראַנגיקע באַדינונג.

נאָר פּאָליטישע אַגיטאַציע אין בײדע לענדער, אפֿשר פֿאַראײניקט פֿון בשותּפֿותדיקע מאָראַלישע פּרינציפּן, קען װידער ווענדן דעם פּובליקומס אױפֿמערק אױף די פֿאַרגעסענע צווישן זיי.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.