Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער דודל־פֿויגל אין דער ייִדישער טראַדיציעThe hoopoe – a colorful bird in the Jewish tradition

נישט געקוקט אויף זײַן אומאָנגענעמען גערוך, איז דער קאָליריקער פֿויגל געוואָרן שלמה־המלכס שדכן.

נישט לאַנג צוריק האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער, אַז לויט דער קלאַסישער ייִדישער מסורה איז דער מישכּן געווען באַצירט מיט דער לעדער פֿון קאָליריקע איינהאָרנס, הגם ראַציאָנאַליסטישע מפֿרשים טײַטשן דאָס וואָרט „תּחש‟ אויף אַ מער רעאַליסטישן אופֿן.

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי אַזוי ייִדן אינעם מידבר האָבן פֿאַרענדיקט דעם בנין־המישכּן און משה־רבינו האָט עס אויפֿגעשטעלט. עס האָט זיך באַוויזן אַ וואָלקן, וואָס האָט אויפֿגעוויזן, אַז די הייליקע שכינה איז אַראָפּגעקומען דאָרט צו רוען.

ווי באַקאַנט, איז דער מישכּן געווען בלויז אַ צײַטווײַליקער, באַוועגלעכער מין בית־המיקדש. מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער, ווען שלמה־המלך האָט זיך צוגעגרייט אויפֿצושטעלן דעם שטענדיקן בית־המיקדש אין ירושלים, האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פּראָבלעם: די תּורה זאָגט, אַז אַ שטיינערנעם מזבח טאָר מען נישט בויען מיט אײַזערנע אינסטרומענטן, ווײַל אײַזן סימבאָליזירט בלוט־פֿאַרגיסונג, און דער בית־השם דאַרף רעפּרעזענטירן שלום. דאָ קומען מיר צו אַן אַנדער מעשׂה מיט אַ מיסטעריעזער באַשעפֿעניש: דעם וואָרעם שמיר, וואָס איז מסוגל, לויט די אַגדות־חז״ל, דורכצועסן און צעשפּאַלטן שטיינער, אײַזן און אַפֿילו בריליאַנטן.

לויט אַ געוויסער אַגדה, האָט שלמה־המלך אַ מאָל געכאַפּט אַ פּאָרפֿאָלק שדים, האָפֿנדיק אויסצוגעפֿינען, וווּ טרעפֿט מען יענעם וווּנדערלעכן וואָרעם. האָבן זיי אים אָפּגעשיקט צו זייער מלך אַשמדאי. שלמהן האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרכאַפּן דעם קיניג פֿון נישט־גוטע, און יענער האָט אויסגעזאָגט דעם סוד, אַז שמיר באַהאַלט זיך אין דער נעסט פֿונעם „ווילדן האָן‟ — דהײַנו, אַ דודל־פֿויגל. די גאַנצע אַגדה איז איבעריק דאָ איבערצודערציילן מיט אַלע פּרטים. צו אינדענטיפֿיצירן דעם שמיר מיט וועלכער־ניט־איז באַקאַנטער באַשעפֿעניש אָדער אַפֿילו כעמישן שטאָף איז אוממעגלעך. פֿאַרוואָס אָבער דווקא אַ דודל־פֿויגל און פֿאַרוואָס הייסט ער אַזוי אויף ייִדיש?

אויף לשון־קודש הייסט דער דאָזיקער פֿויגל „דוכיפֿת‟; ער פֿיגורירט אין דער תּורה־רשימה פֿון טרייפֿענע פֿויגלען. ווען זיי זיצן אויף די אייער און האָדעווען אויף זייערע עופֿעלעך, פֿאַרשפּרייטן זיי אַ שאַרפֿן אומאָנגענעמען גערוך. זײַענדיק אַ מין „באַפֿליגלטער שטינק־טכויר‟, האָט דער דודל־פֿויגל פֿאַרדינט אַ שלעכטע רעפּוטאַציע אינעם וועלט־פֿאָלקלאָר. אין דער זעלבער צײַט, ווערט ער אויך באַטראַכט פֿון קדמונים אָן ווי אַ סגולה־פֿויגל. זײַן גרויסער געלער קאַם איז אויך געוואָרן אַ קוואַל פֿון פֿאַרשיידענע פֿאָלק־מעשׂיות. אין אַ ריי מדרשים ווערט ער באַטראַכט ווי אַ מלך איבער אַלע פֿיייגל.

מע דערציילט אויך, אַז שלמה־המלך האָט געהאַט אַ מין זאָאָפּאַרק, וווּ ער פֿלעגט האַלטן אַלע מינים פֿייגעלעך. אַמאָל האָט ער דאָרט נישט געטראָפֿן דעם דודל־פֿויגל, און דאָס האָט אים פֿאַרדראָסן. צו באַרויִקן דעם מלך, האָט דער פֿויגל אים דערציילט וועגן דער שיינער מלכּת־שבֿא, וואָס וווינט אין אַ ווײַט וווּנדערלעך לאַנד.

אינעם תּנ״ך שטייט גאָרנישט געשריבן וועגן ראָמאַנטישע באַציִונגען צווישן שלמה און מלכּת־שבֿא, אָבער אין פֿאַרשיידענע מדרשים איז עס גאָר אַ באַקאַנטער סוזשעט. באַקומט זיך, אַז דער דודל־פֿויגל האָט אין דעם פֿאַל געדינט ווי אַ שדכן. די זעלבע לעגענדע איז אויך באַקאַנט אין דער מוסולמענישער טראַדיציע און ווערט אין קורצן דערציילט אינעם קאָראַן. לויט דער מוסולמענישער מסורה, האָט די מלכּה געהייסן בילקיס.

hoopoe2

מלכּת־שבֿא (בילקיס) מיט אַ דודל־פֿויגל אויף אַן אַלטער פּערסישער מיניאַטור

אין דער שיינער פֿילאָסאָפֿישער מעשׂה פֿונעם באַרימטן סופֿי־פּאָעט אַטאַר, פֿאַרזאַמלען זיך 30 פֿאַרשיידענע פֿייגל אויסצוקלײַבן זייער קיניג. דער דודל־פֿויגל לייגט זיי פֿאָר אויסצוזוכן דעם לעגענדאַרן פֿויגל סימורג און פֿירט אָן מיט דער עקספּעדיציע אינעם ווײַטן סכּנותדיקן קאַנט. צום סוף פֿאַרשטייען די פֿייגל, אַז דער מיסטעריעזער וווּנדער־פֿויגל סימורג איז יעדער, וואָס דערגרייכט אינעם לעבן זײַן ציל, נישט געקוקט אויף אַלע נסיונות.

וואָס שייך דעם פֿויגלס נאָמען, שטייט געשריבן אין אַלטע טײַטש־חומשים פֿונעם 16טן ביז יהואשן „אויערהאָן‟ אָדער „הויערהאָן‟. אינעם סאָוועטישן ייִדיש איז אָנגענומען „דודל־פֿויגל‟; יצחק ניבאָרסקי איז מסכּים דערמיט. אין זײַן ווערטערבוך דערקלערט ער,אַז אַן „אויערהאָן‟ איז עפּעס אַ מיטאָלאָגישער פֿויגל פֿון געוויסע ייִדישע לעגענדעס. דאָס סאָוועטישע וואָרט האָט זיך שוין באַוויזן אינעם „פֿאָרווערטס‟. אויף פּויליש הייסט ער טאַקע „דודעק‟ (דודל). ס׳זענען באַקאַנט נאָך עטלעכע סלאַווישע פֿאָלק־סינאָנימען; ס׳איז מעגלעך, אַז געוויסע סלאַווישע באַצייכענונגען פֿון אָט־דעם פֿויגל אָדער וואַריאַציעס דערפֿון זענען אויך געווען אין גאַנג בײַ ייִדן, ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט מיט דער ייִדישער אָרניטאָלאָגישער טערמינאָלאָגיע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.