ווידעאָ: „זום“־דיסקוסיע וועגן דער טראַדיציע פֿון איבערזעצן ענגלישע לידער אויף ייִדישWATCH: Zoom discussion about the tradition of translating English songs into Yiddish
דאָס געשעעניש איז אַן אָפּרוף אויפֿן הצלחהדיקן נײַעם פֿאָרווערטס־ווידעאָ פֿון וווּדי גאָטריס „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“ אויף ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָנערשטיק האָט מען דורכגעפֿירט אַ פּאַנעל געווידמעט דעם איבערזעצן ייִדישע לידער פֿון ענגליש אויף ייִדיש, און בפֿרט וועגן דער נײַער איבערזעצונג פֿון וווּדי גאָטריס „דאָס לאַנד איז דײַן לאַנד“, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט אַרויסגעלאָזט מיט צוויי וואָכן צוריק. במשך פֿון צוויי וואָכן האָבן מער ווי 63,000 מענטשן געזען דעם ווידעאָ, אין וועלכן עס זינגען לאָרין סקלאַמבערג, דניאל קאַהן, מיישקע אַלפּערט, ליבע גריץ, סוועטאַ קונדיש און שׂרה־מינע גאָרדאָן, באַגלייט פֿון פּאַטריק פֿאַרעל אויפֿן אַקאָרדעאָן.
דזשאָדי רודאָרען, די שעף־רעדאַקטאָרין פֿונעם ענגלישן פֿאָרווערטס, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ. אינעם פּאַנעל האָבן זיך באַטייליקט:
דער זינגער דניאל קאַהן, וואָס האָט פּראָדוצירט דעם מוזיק־ווידעאָ און איבערגעזעצט דאָס ליד צוזאַמען מיט ליבע גריץ.
מײַקל וועקס, דער מחבר פֿונעם בוך Born to Kvetch, וואָס איז אויך אַן איבערזעצער פֿון זינגלידער פֿון דײַטשיש און ענגליש אויף ייִדיש.
לאָרין סקלאַמבערג, דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם ייִוואָ און הויפּטזינגער פֿון די „קלעזמאַטיקס“, אַ קאַפּעליע וואָס האָט במשך פֿון די יאָרן געזונגען אַ סך ייִדישע לידער איבערגעזעצט פֿון ענגליש.
רחל קפֿריסין: אַ דראַמאַטורגין און קולטור־קריטיקערין וואָס פֿירט אָן מיט אַ רובריק וועגן דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור.
דזשאָרדין קוציק: דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, וואָס שרײַבט אָפֿט וועגן דער ייִדישער מוזיק און איבערזעצערײַ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
