Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ סך מחברים פֿון ספֿרים אויף ייִדיש האָבן אָפֿט געשריבן אָן דעם דעפֿיניטיוון אַרטיקלMany authors of Yiddish sacred texts didn’t always use the definite article

פֿאַרשפּרייטע פֿאַרקירצונגען אין גערעדטע ייִדישע דיאַלעקטן זענען נישט אַלעמאָל בהסכּם מיט דער כּלל־שפּראַך.

נישט לאַנג צוריק האָט איינער אַ לייענער, אַ באַקאַנטער ייִדיש־מומחה, געטענהט, אַז אין מײַנע אַרטיקלען מײַד איך צומאָל אויס דעם באַשטימטן אַרטיקל. למשל, אַנשטאָט „אינעם תּנ״ך‟ און „פֿון דער גמרא‟ שרײַב איך „אין תּנ״ך‟ און „פֿון גמרא‟.

זענען דאָס דרוקפֿעלערס? יעדער שרײַבער מאַכט זיי און איך בין, אַוודאי, נישט קיין יוצא־מן־הכּלל. אָדער איז דאָס אַ השפּעה פֿון רוסיש? ווי באַקאַנט, האָט דער סאָוועטישער ייִדיש אַ באַזונדערן טעם, וואָס קאָן קלינגען מאָדנע פֿאַר די מערבֿדיקע לייענער.

ניין. איך באַנוץ זיך פּשוט מיטן טראַדיציאָנעלן פֿרומען סטיל, הגם איך בין מסכּים מיט דער קריטיק, אַז אַזאַ סטיל שטימט נישט מיטן סטאַנדאַרט פֿון כּלל־ייִדיש.

קודם־כּל, אין לעבעדיקע ייִדישע דיאַלעקטן זאָגט מען אָפֿט פּשוט „אין‟ און „פֿון‟ אַנשטאָט „אינעם‟ און „פֿונעם‟; ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די עקוויוואַלענטע דײַטשישע פֿאָרעמס, im און vom, זענען אויך קורץ. צום באַדויערן, איז שווער צו וויסן, וועלכע פֿאַרקירצונגען זענען געווען בײַ ייִדן אין מויל מיט הונדערטער יאָר צוריק, ווײַל ביזן 19טן יאָרהונדערט האָבן זיי זיך, געוויינטלעך, נישט אָפּגעשפּיגלט בכּתבֿ.

לאָמיר אָבער אַרײַנקוקן אינעם אָריגינעלן טעקטס פֿונעם קלאַסישן מוסר־ספֿר „קבֿ הישר‟. דער מחבר, הרבֿ צבֿי־הירש קײַדאַנאָווער, איז געווען אַ רײַסישער ליטוואַק, אָבער שרײַבן האָט ער געשריבן, ווי דער שטייגער איז געווען אָנהייב דעם 18טן יאָרהונדערט, אויפֿן דעמאָלטיקן ליטעראַרישן מערבֿדיקן דיאַלעקט. זײַן ספֿר, לכּתּחילה אָנגעשריבן אויף לשון־קודש, האָט ער אַליין איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

אין „קבֿ הישר‟ שטייט כּסדר געשריבן: „אין זוהר‟, „אין גן־עדן‟, „אין ספֿר־איובֿ‟. פּונקט אַזוי שרײַבט הרבֿ צבֿי־הירש כאָטש, אַ גאַליציאַנער ייִד פֿון לעמבערג, אין זײַן ספֿר „נחלת־צבֿי‟ — אַ פּאָפּולער קבלהדיק מוסר־ווערק. אין די באַרימטע זכרונות פֿון גליקל האַמעלן געפֿינען מיר אויך נישט קיין „פֿונעם‟ און „אינעם‟; איר נאַטירלעכער דיאַלעקט איז אָבער טאַקע געווען אַ מערבֿדיקער. באַקומט זיך, אַז אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור איז געווען אָנגענומען די קירצערע פֿאָרעם, וועלכע איז צומאָל איבערגעבליבן אין די שפּעטערדיקע מיזרח־ייִדישע אַדאַפּטאַציעס. למשל, אינעם ווילנער „קבֿ הישר‟ פֿון 1883 געפֿינען מיר — אַנשטאָט „אינעם‟ — „אין דעם‟, אָדער סתּם „אין‟.

ס׳איז קלאָר, אַז ווײַט נישט אין אַלע פֿאַלן איז אַזאַ פֿאָרעם דערלאָזלעך, נאָר אין געוויסע פֿאַרשפּרייטע קאָנסטרוקציעס. דאַכט זיך, איך האָב קיינמאָל נישט געהערט אַז אַ פֿרומער ייִד זאָל זאָגן: „שטייט אין דער גמרא‟ אָדער „אַ פּסוק פֿונעם תּנ״ך‟ מיטן בפֿירושן באַשטימטן אַרטיקל. אַגבֿ, דאָס וואָרט תּנ״ך הערט מען בכלל זעלטן אין פֿרומע קרײַזן.

rebbes text

אַ בריוו פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, וווּ אויסגעוואָרפֿענע אַרטיקלען פּאָרן זיך צונויף מיט אַ מאַסיוון באַנוץ פֿון לשון־קודש. Image by Hebrewbooks

אַזוי ווי דאָס ריכטיקע, אָבער לאַוו־דווקא היימישע וואָרט „תּלמוד‟, קלינגט דער תּנ״ך לאַוו־דווקא היימיש. אין אַ טיפּישער דרשה דערמאָנט מען קאָנקרעטע נבֿיאים און תּנ״כישע ספֿרים. אַזוי צי אַזוי, באַטראַכט דער עולם, ווי עס זעט אויס, די ווערטער „תּנ״ך‟, „גמרא‟, „זוהר‟, „משניות‟ און אַפֿילו „מדרש‟ ווי ספֿרים־נעמען, וואָס פאָדערן נישט קיין אַרטיקל. קאָן זײַן, אַז אויף דעם אַוועקפֿאַלן פֿונעם אַרטיקל האָט אויך משפּיע געווען דער דערמאָנטער סטיל פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז מיטן אומבאַשטימטן אַרטיקל פּאָרן זיך אַזעלכע ווערטער דווקא יאָ. מע קאָן זאָגן „אַ בפֿירושע גמרא‟, „אַ באַקאַנטער זוהר‟, מיינענדיק אַ פֿראַגמענט, אַ מאמר־חז״ל, אַן אַפֿאָריזם. ווען עס גייט אַ רייד וועגן קאָנקרעטע גוט באַקאַנטע ספֿרים, קאָן מען זיך אויך אַזוי אויסדריקן: „ס׳איז דאָ אַ קדושת־לוי‟. דווקו צוליב דעם, וואָס דער דאָזיקער ספֿר פֿון רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער איז גאָר פּאָפּולער בײַ די חסידים, איז זײַן נאָמען שוין געוואָרן אַ שם־דבֿר, אַ נאָרמאַלער סובסטאַנטיוו.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער נאָמען פֿון רש״י פֿאָדערט קיינמאָל נישט קיין אַרטיקל, אָבער דער רמב״ם און דער אַברבנאל — דווקא יאָ, הגם אַברבנאל איז אַ פֿאַמיליע־נאָמען. דער בעל־שם־טובֿ — זיכער יאָ, אָבער רבינו תּם — לאַוו־דווקא. אָפֿטמאָל קאָמבינירן זיך וואַקלענישן אינעם אַרטיקל־באַנוץ מיט אַ הויכער קאָנצענטראַציע פֿון לשון־קודש אינעם טעקסט. אָט אַזוי, למשל, האָט געשריבן אין אַ בריוו דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן: „אין דעם שינוי לשון פֿון פּירוש רש״י על התּורה פֿון דעם לשון פֿון מדרש…‟

בקיצור, נישט אַלץ אינעם גרויסן דיאַלעקט־ און וואַריאַנט־אוצר פֿון לשון־ייִדיש מוז שטימען מיט דער קינסטלעך דעפֿינירטער כּלל־שפּראַך.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.