Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַער קאָמפּלעט קלאַסישע פֿילמען ווערט באַגלייט פֿון פּרעכטיקע פּירושיםBlu-Ray set of restored Yiddish classics comes alive with excellent commentary

„די ייִדישע נשמה‟ גיט אַ פֿילפֿאַרביק בילד פֿונעם ייִדישן קינאָ און יענע ייִדן, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט אויף דעם.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

ווען איך האָב לעצטנס באַקומען די נײַע זאַמלונג רעסטאַוורירטע ייִדישע פֿילמען, איז עס געווען גלײַך ווי מע זאָגט, אַ חסרון די כּלה איז צו שיין. כ׳האָב נישט געוווּסט וווּ אָנצוהייבן.

דער קאָמפּלעט, „די ייִדישע נשמה: צען קלאַסישע ווערק פֿון ייִדישן קינאָ‟, נעמט אַרײַן רעסטאַוורירטע קלאַסישע ווערק ווי „דער דיבוק‟ (1937) און „טבֿיה דער מילכיקער‟ (1939), ווי אויך ווייניק־באַקאַנטע פֿילמען ווי „איר צווייטע מאַמע‟ (1940) און „אלי אלי‟ (1940).

אַחוץ דער הויכער קוואַליטעט פֿון די טעכניש פֿאַרבעסערטע נוסחאָות ווערט יעדער פֿילם באַגלייט מיט נײַע קאָמענטאַרן און באַשרײַבונגען. אַ סך פֿון די פֿילמען האָב איך שוין פֿריִער געזען אָבער נישט מיט אַזאַ אויסערגעוויינטלעכער קוואַליטעט.

נישט קיין ספֿק אַז די קרוין דער זאַמלונג איז „דער דיבוק‟. אַ דאַנק די אומפֿאַרגעסלעכע מעלאָדיעס און דער פּרעכטיקער קינאָמעטאָגראַפֿיע אײַנגעזאַפּט מיט פֿאָלקלאָר, רעפּרעזענטירט „דער דיבוק‟ דאָס בעסטע פֿונעם ייִדישן קינאָ. דעם פֿילם האָט מען געשאַפֿן אין פּוילן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה אָבער ער איז אַליין געווען אַ באַאַרבעטונג פֿון ש. אַנ־סקיס פּיעסע וועגן מנהגים בײַ ייִדן במשך פֿון הונדערטער יאָרן פֿאַרן חורבן. און ווען מע קוקט דעם פֿילם לויערט כּסדר — אויך ווי אַ מין דיבוק — די דערמאָנונג פֿון דער גאַנצער וועלט וואָס מיר האָבן פֿאַרלוירן.

דער איצטיקער קאָמפּלעט נעמט אַרײַן אַ קאָנדערנסטירטן (און לויט מײַן מיינונג, פֿאַרבעסערטן) נוסח פֿונעם 1937־פֿילם, ווי אויך אַ פּירוש פֿון זײַנע אינהאַלט־רײַכע רמזים, פֿון דזשיי האָבערמאַן, אַ באַקאַנטן פֿילם־רעצענזענט און דעם מחבר פֿונעם באַקאַנטן בוך וועגן ייִדישן קינאָ, Bridge of Light.

אָבער נישט אַלע פֿילמען אינעם קאָמפּלעט זענען אַזוי ערנסט. „דער אַמעריקאַנער שדכן‟ (1940) איז אַ געראָטענער ייִדישער נוסח פֿון די פּאָפּולערע ראָמאַנטישע קאָמעדיעס פֿון יענער תּקופֿה, ווי אויך געשמאַקע לידער. די הויפּטראָלע שפּילט לעאָ פֿוקס, באַקאַנט ווי „דער ייִדישער פֿרעד אַסטער‟. דאָ שילדערט ער אַן „אַלטן בחור‟ — אַ טערמין וואָס מע האָט אָפֿט געניצט פֿאַר באַהאַלטענע האָמאָסעקסועלע מאַנסבילן, באַמערקט איוו סעקולאַר, אַ קלעזמער־מוזיקערין און היסטאָריקער פֿון „קווירע‟ ייִדישע פֿילמען.

הגם האָבערמאַן און סיקולאַר גיבן ביידע אויסגעצייכנטע קאָמענטאַרן פֿונעם פֿילם, איז דער פּירוש פֿון אַלען לויִס ריקמאַן דער סאַמע באַלערנדיקסטער. באַקאַנט ווי אַן אַקטיאָר (ער און זײַן פֿרוי, יעלענע שמואלענסאָן, שפּילן אַ מיסטעריעזע סצענע אויף ייִדיש אינעם באַקאַנטן פֿילם, A Serious Man), איז אַלען אויך אַ דראַמאַטורג, רעזשיסאָר און דער איבערזעצער פֿון די נײַע אונטערקעפּלעך אין אַלע צען פֿילמען. ער האָט אויך אָנגעשריבן אַן עסיי וואָס געפֿינט זיך אינעם בראָשור וואָס באַגלייט די פֿילמען.

ריקמאַנס דערקלערונגען זענען ספּעציעל אינפֿאָרמאַטיוו וואָס שייך די שונדפֿילמען ווי, למשל, „מאָטל דער אָפּערייטאָר‟ — די מעשׂה פֿון אַ סוועטשאַפּ־אַרבעטער וואָס ווערט פֿאַרוווּנדיקט פֿון כוליגאַנישע שטרײַקברעכערס. זײַן קינד ווערט בסוד אַדאָפּטירט פֿון אַ צווייטער משפּחה, זײַן פֿרוי נעמט זיך דאָס לעבן און זײַן הויז ווערט צעשטערט. נישט געדאגהט, ס׳האָט אַ גוטן סוף ווען דער היימלאָזער מאָטל פֿאַראייניקט זיך מיט זײַן זונס אַדאָפּטירטער משפּחה, וואָס וווינט אין אַ פּרעכטיק שיין הויז!

קוקנדיק דעם פֿילם, און הערנדיק ריקמאַנס קאָמענטאַרן, הייבן מיר אָן צו פֿאַרשטיין, אַפֿילו בײַ די שונדפֿילמען, דעם לעבן־שטייגער און וועלטבאַנעם פֿון יענער תּקופֿה. ריקמאַן ווייסט אַ סך וועגן יעדן אַקטיאָר און מיטאַרבעטער אויף די פֿילמען, גלײַך ווי זיי וואָלטן געווען משפּחה זײַנער. ווען ער דערציילט זייערע פּערזענלעכע געשיכטעס דערוויסט מען זיך אויף אַן אינטימען אופֿן וועגן די הויפּט־געשעענישן פֿון יענע צײַטן: די פּאָגראָמען און עמיגראַציע, דעם חורבן און דאָס אײַנאָרדענען זיך אין דער גאָלדענער מדינה, דער אַרבעטער־באַוועגונג און דער ציוניסטישער באַוועגונג.

בײַם פֿילם, „דער ווילנער שטאָט־חזן‟ (1940) פֿאַרלאָזט אַ חזן זײַן היימשטאָט, ווילנע, כּדי צו זינגען אָפּערע אין וואַרשע. „דורך מײַן זינגען אויף פּויליש וועט מען דערהערן מײַן ייִדישן פּײַן,‟ זאָגט ער זײַן רבֿ פֿאַרן אָפּפֿאָרן. אַ ווײַטער שפּרונג פֿון דעם אַסימילאַטאָרישן צוגאַנג אינעם פֿילם, The Jazz Singer, וואָס מע האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון דעם פֿילם.

אויב איר ווילט אָבער אויפֿכאַפּן דאָס אמתדיקע לעבן אין יענע יאָרן, דאַרפֿט איר אָבער זען די דאָקודראַמע פֿון 1936, „מיר קומען אָן‟ פֿונעם פּויליש־ייִדישן רעזשיסאָר, אַלכּסנדר פֿאָרד, וואָס האָט שפּעטער געמאַכט די ערשטע פֿילמען וועגן דעם חורבן: דעם דאָקומענטאַר, „מײַדאַנעק‟, און אַ דראַמע, „באָרדער סטריט‟.

אין „מיר קומען אָן‟ זעען מיר דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פֿון די ייִדישע קינדער אין דער מעדעם־סאַניטאָריע לעבן וואַרשע. פֿון 1926 ביז 1939 האָט די סאַניטאָריע אויפֿגעפּאַסט אויף טויזנטער ייִדישע קינדער פֿון אָרעמע משפּחות. די קאַמערע כאַפּט אויף די שמייכלענדיקע פּנימער פֿון די קינדער אין עסצימער, בעת זיי האָדעווען די שטוב־חיות און מאַכן פֿיזישע געניטונגען אין הויף. ס׳רײַסט בײַם האַרצן, וויסנדיק זייער גורל. אַ טייל זענען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ און זיך באַטייליקט אינעם אויפֿשטאַנד. דער פּערסאָנאַל און קינדער וואָס זענען פֿאַרבליבן אין דער סאַניטאָריע האָט מען פֿאַרשיקט אינעם אומברענג־לאַגער, טרעבלינקע.

יאָרן לאַנג נאָך דער מלחמה האָט מען געמיינט אַז דער פֿילם איז פֿאַרלוירן געגאַנגען. ווען מע האָט געפֿונען קאָפּיעס פֿונעם פֿילם אין אַ צאָל אַרכיוון און מוזייען איבער דער וועלט האָט מען צונויפֿגעפֿלאָכטן די בעסטע פֿראַגמענטן פֿון יענע קאָפּיעס און אַזוי אויפֿגעריכט דעם פֿילם.

יעדער פֿילם אין דעם קאָמפּלעט קען פֿאַרכאַפּן דעם צוקוקער. דער כּוח פֿון „די ייִדישע נשנה‟ איז וואָס עס פֿירט צונויף די קלאַסישע ייִדישע פֿילמען מיט זייערע געשיכטעס. דאָס אַרויסלאָזן דעם קאָמפּלעט ווי „בלו־ריי‟־דיסקן מיט אַ שיינעם דיזײַן, איז אַ סימן אַז „קינאָ לאָרבער‟ האַלט אַז צו זען די פֿילמען איז זיכער כּדאַי, אַז זיי זענען נישט בלויז טשיקאַווע בײַשפּילן פֿונעם אַמאָליקן קינאָ אָדער אַז זיי וואָלטן בלויז צוגעצויגן אַ קליינע צאָל צוקוקער צוליב נאָסטאַלגיע. אַ דאַנק דער הויכער קוואַליטעט פֿון די רעסטאַוורירטע ווערק און די גאָר־אינפֿאָרמאַטיווע קאָמענטאַרן, וועט דער קאָמפּלעט פֿאַראינטערעסירן סײַ ליבהאָבער פֿון קינאָ בכלל, סײַ אַקאַדעמיקער און סטודענטן פֿונעם ייִדישן קינאָ, קולטור און שפּראַך. „די ייִדישע נשמה‟ ווײַזט אונדז פֿון דער נאָענט די היסטאָרישע אוצרות פֿון ייִדישן קינאָ, כּדי דער ברייטער עולם זאָל דערפֿון הנאה האָבן, שטודירן און פֿאַרגעדענקען.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version