פֿיניקישע וואָרצלען פֿונעם וואָרט „רביצין‟Phoenician etymology of the word “Rebbetzin”
איטאַליענישע קריסטן פֿונעם קאַרטאַגענישן אָפּשטאַם האָבן זיך געווענדט צו די ווײַבער פֿון זייערע גלחים מיטן באַקאַנטן ייִדישן וואָרט.
ווי באַקאַנט, ווערט ייִדיש אָפֿט באַטראַכט ווי אַן אַזוי־גערופֿענע שמעלצשפּראַך, וואָס באַשטייט פֿון עטלעכע שיכטן — דעם סעמיטישן, דעם גערמאַנישן און דעם סלאַווישן. יעדער פֿון די דאָזיקע דרײַ שיכטן טיילט זיך ווײַטער אײַן אויף עטלעכע עלעמענטן. למשל, דער סעמיטישער חלק שטאַמט פֿון לשון־קודש, וואָס נעמט אַרײַן סײַ העברעיִש סײַ אַראַמיש. אַדרבה, דער אַראַמישער עלעמענט פֿאַרנעמט אין ייִדיש אַ באַזונדערס גרויסע ראָלע, וואָס ווײַזט אָן, ווי ד״ר דוד כּ״ץ ווײַזט אין זײַנע פֿאָרשונגען, אַז אונדזער שפּראַך איז אַ נאַטירלעך „רינגל‟ אין דער לאַנגער שפּראַכן־קייט, וווּ אַראַמיש האָט געשפּילט און שפּילט נאָך אַלץ גאָר אַ גרויסע ראָלע.
מאַקס ווײַנרײַך און אַנדערע גרויסע ייִדיש־פֿאָרשער האָבן שוין לאַנג באַמערקט, אַז אין ייִדיש איז אויך פֿאַראַן אַ וויכטיקער ראָמאַנישער עלעמענט, וואָס שטאַמט פֿון אַלט־פֿראַנצויזיש אָדער אַלט־איטאַליעניש. ווײַזט אויס, אַז די אָבֿות פֿון די אַשכּנזישע ייִדן — אָדער, לכל־הפּחות, אַ טייל פֿון זיי — האָבן געוווינט אינעם 5־8טן יאָרהונדערט אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער פֿראַנקרײַך און איטאַליע.
די עטימאָלאָגיע פֿון געוויסע באַקאַנטע ייִדישע ווערטער בלײַבט נאָך אַלץ אַ רעטעניש. ס׳איז, צום בײַשפּיל, נישט קלאָר, פֿון וואַנען עס שטאַמט דאָס וואָרט „דאַוונען‟. אַן אַנדער מיסטעריעז וואָרט איז „רביצין‟. הגם ס׳איז קלאָר, אַז דאָס איז אַ ווײַבלעכע פֿאָרעם פֿונעם וואָרט „רבי‟, טרעפֿן מיר אין ערגעץ אַנדערש נישט אין אונדזער לשון דעם סופֿיקס „־צין‟. די השערה, אַז דער דאָזיקער אומגעוויינטלעכער סופֿיקס באַשטייט פֿונעם סלאַווישן „־איצע‟ („נאַטשאַלניצע‟, „צאַריצע‟, „צוקערניצע‟) און דעם גערמאַנישן „־ין‟ („קיניגין‟, „געטין‟) לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל; הגם טאָפּלטע סופֿיקסן זענען אין ייִדיש נישט קיין זעלנטקייט, וואָלט אַזאַ יוצא־דופֿנדיקע קאָמבינאַציע געדאַרפֿט זיך באַווײַזן אין כאָטש אַ פּאָר אַנדערע ווערטער. למשל, דאָס ווײַב פֿון אַ גבאי הייסט אַ גבאיטע, אָבער בשום־אופֿן נישט אַ „גבאיצין‟.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַן ענלעך וואָרט, וואָס מע קאָן אַרויסרעדן ווי „ראַבאַפֿינו‟ אָדער „ראַבאַצינו‟ טרעפֿט זיך אין דער פּונישער שפּראַך, די לעצטע לעבעדיקע פֿאָרעם פֿון פֿיניקיש. זײַענדיק אַ וואַריאַנט פֿון אַלט־כּנעניש, איז פֿיניקיש זייער נאָענט צו לשון־קודש און האָט אויך שטאַרק משפּיע געווען אויף די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַמיש. הגם אינעם מיטל־מיזרח האָט אַראַמיש באַזײַטיקט פֿיניקיש אינגאַנצן נאָך אין דער תּקופֿה פֿונעם צווייטן בית־המיקדש, האָט די שפּראַך זיך געהאַלטן ביזן 6טן יאָרהונדערט אין דער צפֿון־אַפֿריקאַנער שטאָט קאַרטאַגען אָדער קאַרפֿאַגען (Carthage), דעם צענטער פֿון אַ מעכטיק מלכות. דער נאָמען פֿונעם דאָזיקן אָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר די פֿאַרקריפּלטע כּנענישע פֿראַזע „קרת־חדשת‟ — „אַ נײַע שטאָט‟.
הגם, ווי באַקאַנט, האָבן די רוימער פֿאַרכאַפּט קאַרטאַגען אינעם יאָר 146 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, האָט די שפּראַך דאָרטן ווײַטער געבליט. די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט פּוניש־כּנענישע אויפֿשריפֿטן אין אַוויניאָן אין אַנדערע פֿראַנצויזישע שטעט, אין איטאַליע און מאַלטע.
תּנית איז געווען די כּנענישע געטין פֿון פֿרוכטבאַרקייט; אַפֿילו הײַנט, צוליב דער קאַרטאַגענער השפּעה, איז אין טוניס פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו רופֿן „מאַמע טאַנו‟, זי זאָל ברענגען דעם רעגן. אין דער כּנענישער געזעלשאַפֿט האָבן זיך אָפּגעהיט ממשותדיקע שפּורן פֿונעם אַמאָליקן מעסאָפּאָטאַמישן מאַטריאַרכאַט. דער עולם פֿלעגט זיך ווענדן צו חשובֿע פֿרויען ווי צו „געטינס‟. ווי באַקאַנט, איז בײַ די אַשכּנזישע ייִדן אויך פֿאַרשפּרייט אַ מין מאַטריאַרכאַלער קולט פֿון מאַמעס און, אַוודאי, רביצינס.
ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז די פּראָטאָ־אַשכּנזישע ייִדן אין גאַליע און סיציליע האָבן באַמערקט, אַז אַ טייל אָרטיקע תּושבֿים, וואָס רעדן אויף אַ שפּראַך, וואָס דערמאָנט זייער שטאַרק לשון־קודש און לשון־תּרגום, באַצייכענען די פֿרויען פֿון זייערע גלחים מיט גרויס דרך־ארץ ווי „רביצינס‟ — אַ פֿאַרקריפּטלעכע פֿאָרעם פֿון „רבת־תנית‟. נישט וויסנדיק, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט שטאַמט פֿון אַן אַלטער עבֿודה־זרה, האָבן ייִדן עס געבאָרגט ווי אַ כּשרן סעמיטישן טערמין, אָפּגעהיט ביז הײַנט אין ייִדיש.
מסתּמא, האָבן די כּנעניש־שטאַמיקע קריסטן געהאַט אַליין פֿאַרגעסן די עטימאָלאָגיע פֿונעם דאָזיקן טיטל. אַ סך חשובֿע קריסטלעכע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט דעם באַוווּסטן פֿילאָסאָף אויגוסטין, האָבן געהאַט כּנעניש־קאַרטאַגענישע שרשים און געקענט כאָטש אַ ביסל זייער שפּראַך – אַפּנים, אויסגעמישט מיט לאַטײַן.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, בעט איך מײַנע לייענער צו באַמערקן, אַז דער־אָ אַרטיקל ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ערשטן אַפּריל.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO