ווידעאָ: „טשיריבים־טשיריבאָם“ געזונגען אויפֿן אוקראַיִנישן נוסח פֿון „דאָס קול“WATCH: “Chiribim Chiribom’’ sung on Ukrainian version of “The Voice”
די שוועסטער אַליבי אימפּאָנירן די ריכטער אויפֿן זינגקאָנקורס מיט אַ ליד נוסח שוועסטער בערי.

Graphic by Angelie Zaslavsky
פֿאַראַכטאָגן האָט אַ לייענערין מיר געשריבן, אַז אין אוקראַיִנע געפֿינען זיך צוויי זינגער, אַמאָליקע גרויסע פּאָפּ־שטערן, וואָס זענען לעצטנס געוואָרן „גילגולים“ פֿון די שוועסטער בערי.
דער דועט, „די שוועסטער אַליבי“ — די זינגער אַנאַ און אַנגעלינע זאַוואַלסקיע — זינגען טאַקע די לידער פֿון די שוועסטער בערי אינעם זעלביקן סווינג־סטיל מיט פּרעכטיקע האַרמאָניעס. אין פֿעברואַר זענען זיי אויפֿגעטראָטן אויפֿן אַוקראַיִנישן נוסח פֿונעם פּאָפּולערן זינגקאָנקורס, „דאָס קול“, וווּ זיי האָבן שטאַרק אימפּאָנירט די ריכטער. זייער אויפֿטריט האָט מען געזען אויף יוטוב מער ווי 950,000 מאָל. כּדי צו זען מער פֿון דער פּראָגראַם, אַרײַנגערעכנט אינטערוויוען מיט זיי און אויסצוגן פֿון מוזיק־ווידעאָס פֿון פֿריִערדיקע סטאַדיעס אין זייערע קאַריערעס, גיט אַ קוועטש דאָ.
די סצענע האָט מיך שטאַרק דערמאָנט אינעם אומדערוואַרטן מאָמענט, ווען די אַמעריקאַנער זינגערין אַמאַליע רובין איז אויפֿגעטראָטן אויף דער מאָנגאָלישער טעלעוויזיע מיטן ליד, „דער רבי אלימלך“.
די שוועסטער אַליבי גיבן איבער אין די באַשרײַבונגען צו די ווידעאָס אויף זייער יוטוב־קאַנאַל, אַז זיי האָבן ליב ייִדישע לידער, ווײַל זייער באָבע פֿלעג פֿאַר זיי זינגען דאָס ליד, „וווּ איז דאָס געסעלע“, אויף מאַמע־לשון און בײַ זיי אין דער היים האָט מען אָפֿט געשפּילט פּלאַטעס פֿון די שוועסטער בערי. אין דעם אינטערוויו־בײַלאַגע צו דער פּראָגראַם, „דאָס קול“, רעדן זיי וועגן זייער באַציִונג צו ייִדיש און קלעזמער־מוזיק.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
