השפּעה פֿון קאָסמישע נסיעות אויף דער ייִדישער ליטעראַטורSpace exploration’s influence on Yiddish literature
הײַיאָר ווערט 60 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון קאָסמאָס־נסיעות.
דעם 12טן אַפּריל פֿונעם יאָר 1961 האָט דער סאָוועטישער קאָסמאָנויט יורי גאַגאַרין דורכגעמאַכט דעם ערשטן קאָסמאָס־פֿלי. אין רוסלאַנד איז די דאָזיקע דאַטע באַקאַנט ווי דער טאָג פֿון קאָסמאָנויטיק, און לויטן קאַלענדאַר פֿון דער „יו־ען‟ — ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿונעם באַמאַנטן קאָסמאָס־פֿלי.
נישט געקוקט אויף דער שטאַרקער קאָנקורענץ אינעם דאָזיקן געביט בעת דער קאַלטער מלחמה, ווערן די קאָסמאָס־נסיעות אַסאָציִיִרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויך מיט דער זעלביקער דאַטע. דעם 12טן אַפּריל פֿונעם יאָר 1981 איז אַרויסגעפֿלויגן אויף דער אָרביט דער ערשטער אַמעריקאַנער „שאָטל‟. לויט דער אָפֿיציעלער ווערסיע, האָט מען פּלאַנירט דעם פֿלי מיט צוויי טעג פֿריִער, נאָר צוליב אַ טעכנישער פּראָבלעם איז ער צונויפֿגעפֿאַלן מיטן 20סטן יוביליי פֿון גאַגאַרינס נסיעה, אויך אָפּגעמערקט בײַ די קאָסמאָס־ענטוזיאַסטן אין אַמעריקע ווי „יוריס נאַכט‟.
זײַענדיק אַ ליבהאָבער פֿון קאָמסאָס און פֿון פֿאַנטאַסטישער ליטעראַטור, האָב איך צום הײַנטיקן יוביליי איבערגעזעצט אויף ייִדיש דאָס באַקאַנטע סאָוועטישע זינגליד, „די ערד — אין קאָמסאָס־פֿענצטערל‟. די עצם־טעמע פֿון קאָסמאָס־נסיעות האָט זיך באַוויזן אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך פֿאַר גאַגאַרינס פֿלי, און אין די לשון־קודשדיקע ספֿרים האָט זי אַ היפּש לענגערן ייִחוס. אין 1896, למשל, איז אין ניו־יאָרק דערשינען אַבֿנר טאַטענבוימס פֿאַנטאַסטישער ראָמאַן, „צווישן הימל און וואַסער‟.
אין 1934, אויך אין ניו־יאָרק, איז אַרויס יאָסל קאָטלערס אַוואַנגאַרדישע זאַמלונג „מונטערגאַנג‟. איינע פֿון קאָטלערס הומאָריסטישע דערציילונגען הייסט „אויפֿן שטערן מאַרס‟. ער שרײַבט, אַז, כּלומרשט, לויט אײַנשטײַנס טעאָריע (דעמאָלט נאָך אַ רעלאַטיוו פֿרישער חידוש אין דער וויסנשאַפֿט) קאָן אַ מענטש אַרויפֿוואַרפֿן זײַן אייגענעם כאַראַקטער אויף אַן אַנדער פּלאַנעט, ער זאָל אים מיט זײַן כּוח אַהין צוציִען. אינעם הימל טרעפֿט ער אַזעלכע סוררעאַליסטישע פּערסאָנאַזשן, ווי „ווײַסע מלאָכימלעך אַזוי ווי אָפּגעקאַלכטע פֿליגן‟ און דעם „מיקראָבן־האַר‟. כאָטש נישט אַ פֿאַנאַטסטיש ווערק אין עכטן זין, ווײַזט יענע דערציילונג, אַז די קאָסמאָס־טעמאַטיק איז שוין געווען באַקאַנט בײַ ייִדן.
באַלד נאָכן ערשטן פֿלי פֿונעם סאָוועטישן ספּוטניק און דעם אַמעריקאַנער סאַטעליט, איז אין 1959 אַרויס וועלוול טשערנאָוועצקיס בוך „ערבֿ דער פֿערטער וועלט־מלחמה: הינעס — די קיניגין פֿון מאַרס‟. זײַענדיק אַ שונד־ראָמאַן פֿון אַ נידעריקער ליטעראַרישער ווערט, איז עס פֿאָרט געווען „סײַ־פֿײַ‟ אינעם הײַנטצײַטיקן זין. צום באַדויערן, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די אמתע קאָסמאָס־תּקופֿה, האָט ייִדיש אויפֿגעהערט צו זײַן אַ שפּראַך פֿון ברייטע מאַסן; ווילט זיך האָפֿן, אַז בײַ די הײַנטיקע חסידים וועט אויפֿקומען אַן אייגענע קאָסמאָס־ליטעראַטור כאָטש פֿונעם זעלבן קאַליבער, ווי דער דערמאָנטער טשערנאָוועצקיס ראָמאַן. פּשוטע פּאָפּולערע אַרטיקלען וועגן אילאָן מאָסקס ראַקעטן, וכּדומה, טרעפֿן זיך יאָ אין דער חסידישער פּרעסע. וואָס שייך פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען אויף קאָסמישע טעמעס, שרײַבן זיי הײַנט, צום ווייניקסטן, צוויי ייִדישע מחברים: לייבל באָטוויניק און איך.
צי זענען ייִדיש־רעדער שוין געווען אין קאָסמאָס? ס׳איז אַ גוטע קשיא. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די ווײַטערדיקע קאָמסאָס־עקספּעדיציעס וועלן באַזאָרגן אונדזערע שרײַבער מיט פֿרישע אינספּיראַציע־קוואַלן.
אַז מע רעדט שוין פֿון אילאָן מאָסק, איז כּדאַי צו פֿאַרסך־הכּלען פֿאַרשיידענע חידושים און פּראָיעקטן, וואָס אַנטוויקלען זיך איצט אין דער ספֿערע פֿון קאָמסאָס־עקספּעדיציעס. צום ערשטן מאָל זינט 1976, ווען די סאָוועטישע „לונאַ־24‟ האָט געבראַכט אויף דער ערד מוסטערן פֿונעם לבֿנה־גרונט, האָט דאָס אין דעצעמבער 2020 דורכגעמאַכט דער כינעזישער אַפּאַראַט „טשעניע־5‟. איצט פּלאַנירט די כינעזישע קאָסמאָס־אַגענטור אויך צו שיקן מענטשן אויף דער לבֿנה. רוסלאַנד און אַמעריקע קלײַבן זיך ביידע צו פֿאַרמעסטן מיט כינע. אויב אויף דער לבֿנה וועלן אָנקומען אַסטראָנויטן פֿון דרײַ פֿאַרשיידענע לענדער, קאָן זײַן, אַז עס וועט זיך אײַנגעבן צו שאַפֿן דאָרט אַ לאַנגצײַטיקע קאָלאָניע. ענלעכע פּלענער ווערן ערנסט באַטראַכט מכּוח מאַרס. אין פֿעברואַר האָט דאָרטן געלאַנדט אַ נײַער אַמעריקאַנער אַפּאַראַט. אין דער זעלבער צײַט, זענען אויפֿן מאַרסישן אָרביט אָנגעקומען נאָך צוויי אַפּאַראַטן: פֿון כינע און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן. כינע קלײַבט זיך אַראָפּצושיקן פֿון דער אָרביט אַן אייגענע לאַנדמאַשין.
אילאָן מאָסקס פֿירמע האָט פֿאַרחידושט די וועלט מיט וויכטיקע קאָמסאָס־אינאָוואַציעס. קאָן זײַן, אַז רוסלאַנד און כינע וועלן פֿאָלגן דעם מוסטער און שאַפֿן עפּעס ענלעכס אָדער אַפֿילו נאָך מער חידושדיקס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor