„עף־בי־אײַ“ לאָזט אַרויס רעקלאַמע אויף מאַמע־לשוןFBI releases Yiddish ad
דער אַנאָנס, פֿאַרשפּרייט דורך פֿייסבוק און טוויטער, בעט דעם עולם ניט צו שווײַגן אויב זיי האָבן דורכגעמאַכט אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָבן אַ סך ייִדן אויף פֿייסבוק געזען אַ ייִדיש־שפּראַכיקע רעקלאַמע פֿון אַן אומדערוואַרטן מקור — דער „עף־בי־אײַ“. מה זה?
די אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע פּאָליציי־אַגענטור, וואָס איז מערסטנס באַקאַנט פֿאַרן אויספֿאָרשן און דעריאָגן מערדער, גרויסע נאַרקאָטיק־הענדלער און מאַפֿיע־קעפּ, איז אויך דער פּאָליציי־אָפּטייל וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט שׂינאה־פֿאַרברעכנס.
ווי עס זעט אויס פֿונעם טעקסט, וויל דער „עף־בי־אײַ“ הערן מער אָפֿט פֿון ייִדן, וואָס האָבן געליטן פֿון אַזעלכע פֿאַרברעכנס אָדער ווייסן וועגן דעם.
אין דער רעקלאַמע בעט די אַגענטור בײַ ייִדן, אַז טאָמער האָבן זיי געליטן פֿון אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן אָדער זענען עדות געווען דערויף, זאָל מען זיך פֿאַרבינדן מיט 1-800-call-FBI אָדער גיין צו דער וועבזײַט tips.fbi.gov.

Image by FBI.gov
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
