„בלוט און בלינצעס“: פּרעמיערע פֿון אַ ייִדישער וואַמפּירן־פּיעסע“Blood and Blintzes”: Premiere of a Yiddish vampire play
וואָס טרינקט אַ ייִדישער וואַמפּיר אַז בלוט איז דאָך טרייף?

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַ מאָל האָט מען מורא געהאַט פֿאַר וואַמפּירן. הײַנט זענען זיי אָבער געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער. במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿיגורירן זיי אין אַ סך פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען — און דווקא ווי די העלדן.
דעם 20סטן אַפּריל האָט מען אַ זעלטענע געלעגנהייט צו זען אַ נײַע פּיעסע אויף ייִדיש וועגן ייִדישע וואַמפּירן, „בלוט און בלינצעס“. די מעשׂה קומט פֿאָר אין מאָנטרעאָל, די היימשטאָט פֿון רבֿקה טורנער, וואָס האָט די פּיעסע אָנגעשריבן און רעזשיסירט. פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן וועלן פֿאָרלייענען דעם ערשטן חלק אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן פֿאַרן ברייטן עולם אין אינטערנעץ.
די מעשׂה האַנדלט זיך פֿון אַ ייִדיש מיידל, וואָס ווערט אַ וואַמפּיר און האָט גלײַך פּראָבלעמען דערמיט צוליב איר זאָרג וועגן כּשרות. וואָס עסט, למשל, אַ ייִדישער וואַמפּיר, אַז בלוט איז דאָך טרייף?
די פּיעסע איז פֿול מיט הומאָר, הלכה און וויצן וועגן דעם שלעכטן וועטער אין מאָנטרעאָל. די פֿאָרשטעלונג וועט באַגלייט ווערן מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך און נאָך דעם וועלן טורנער און די אַקטיאָרן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם. בילעטן קען מען רעזערווירן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
