ייִדישע חדשים אינעם מיטעלן מיזרחThe Jewish calendar in the Middle East
צוליב דער בשותּפֿותדיקער בבֿלישער ירושה, טראָגן די גריגאָריאַנער חדשים אין אַראַבישע לענדער כּמעט די זעלביקע נעמען, ווי אינעם ייִדישן לוח.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער הײַנטיקער חודש, אייר, טראָגט אינעם תּנ״ך גאָר אַן אַנדער נאָמען: זיוו, וואָס מיינט ליכטיקייט. אינעם תּנ״כישן ספֿר־מלכים שטייט געשריבן, אַז אינעם דאָזיקן חודש, דעם צווייטן אינעם יאָר, האָט שלמה המלך אָנגעהויבן בויען דעם בית־המיקדש. ווי באַקאַנט, הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן פֿון תּשרי, רעכנט מען חדשים פֿון ניסן; באַקומט זיך, אַז זיוו און אייר זענען סינאָנימען.
אינעם אוראַלטן „לוח גזר‟, גאָר אַ וויכטיק 3,000־יאָריק אַרכעאָלאָגיש געפֿינס, טראָגט אייר אַ דריטן נאָמען: „ירח קציר שׂעורים‟ — דער חודש, ווען מע צעאַקערט דאָס פֿעלד. דער דאָזיקער דאָקומענט האָט בכלל אַן אַגריקולטורעלן טעם. דער איינציקער סימן, אַז דער מחבר איז געווען אַ ייִד, איז זײַן נאָמען: אַבֿיה – ווי עס זעט אויס, אַ קורצע פֿאָרעם פֿון אַבֿיהו (אַזוי ווי ישעיה און ישעיהו). די נישט־ייִדישע תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל האָבן על־פּי רובֿ גערעדט אויף דער זעלבער שפּראַך; דער רמב״ן און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים זענען אויך מסכּים, אַז לשון־קודש איז אַ וואַריאַנט פֿון לשון־כּנען.
אַן אוראַלטע בבֿלישע מאַפּע פֿון די שטערן Image by Wiki Commons
ניסן ווערט אין דער תּורה אָנגערופֿן „חודש האָבֿיבֿ‟. אינעם תּנ״ך זענען אָפּגעהיט געוואָרן נאָך צוויי נעמען פֿון חדשים: „ירח האיתנים‟ – תּשרי, און „בול‟ – חשוון. וואָס שייך אייר, באַטאָנען אַ ריי מקובלים, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט איז באַהאַלטן אין די ראָשי־תּיבֿות פֿונעם תּורה־פּסוק „אַני י׳ רופֿאך‟ [איך בין גאָט – דײַן היילער]. דאָס איז אָבער, אַוודאַי, אַ מיסטישער אָפּטײַטש, נישט קיין פּשט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין אַ גרויסן טייל פֿון דער מוסולמענישער וועלט, אַרײַנגערעכנט סיריע, לבֿנון, איראַק, יאָרדאַניע און טערקײַ, זענען אונדזערע נעמען פֿון חדשים ברייט פֿאַרשפּרייט און גוט באַקאַנט דווקא אין די אָרטיקע וואַריאַנטן פֿונעם גריגאָריאַנער קאַלענדאַר. די סיבה דערפֿון איז זייער אַ פּשוטע: זיי שטאַמען פֿון דער אוראַלטער אַסיריש־בבֿלישער ציוויליזאַציע. אין גלות־בבֿל האָבן ייִדן זיך צוגעוווינט צום דאָרטיקן לוח, געבאָרגט און אַדאַפּטירט אים אויף זייער אייגענעם שטייגער. פֿאַקטיש די זעלביקע נעמען מיט אַן אַנדער הבֿרה זענען פֿאַרבליבן בײַ די מיטל־מיזרחדיקע קריסטן, אָבער ווי אָרטיקע עקוויוואַלענטן פֿון די רוימישע. בײַ די מוסולמענער ווערן זיי הײַנט באַנוצט פֿאַר וועלטלעכע דאַטעס. אין איראַן ווערט באַנוצט אַן אייגענער זון־קאַלענדאַר, וואָס שטאַמט פֿון דער אַלט־פּערסישער אַסטראָנאָמישער טראַדיציע.
למשל, אַפּריל הייסט אין סיריע און לבֿנון „נײַסאַן‟ און מײַ – „אײַאַר‟; ממש די זעלבע נעמען, ווי ייִדישע, נאָר מיט אַן אַראַבישן אַקצענט און צוגעבונדן צום מערבֿדיקן קאַלענדאַר. די ענלעכקייט וואַרפֿט זיך אין די אויגן נאָך מער, ווען מע טראַנסקריבירט אָט־די אַראַבישע ווערטער מיטן ייִדישן אַלף־בית: „ניסאן‟, „איאר‟.
לכתּחילה, האָבן די חדשים געקלונגען אין בבֿל אַ ביסל אַנדערש: „ניסאַנו‟ און „אַרו‟. סײַ ייִדן, סײַ די אַראַמעער האָבן אַרויסגעוואָרפֿן דעם נאָמענאַטיוו־וואָקאַל „או‟, וואָס איז אין זייערע לשונות נישט געווען בנימצא, און אַ ביסל געביטן דעם אַרויסרייד.
אין קבלה־ספֿרים ווערן די חדשים כּסדר אַסאָציִיִרט מיט די מזלות, זאָדיאָק־צייכנס. דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער פֿאָלק־קולטור: ווי באַלד אָדר איז פֿאַרבונדן מיטן מזל דגים (Pisces), פֿיגורירן צוויי אָדער דרײַ פֿישעלעך אויף פֿאַרשיידענע קונסטווערק, וואָס האָבן צו טאָן מיט פּורים. די דאָזיקע אַסטראָלאָגישע סכעמע שטימט אויך הונדערט פּראָצענט מיט דער אוראַלטער בבֿלישער. אייר, אויך באַטראַכט ווי דער צווייטער חודש בײַ די אַסיריער און בבֿלים, ווערט אַסאָציִיִרט מיטן מזל שור (Taurus). דער נאָמען פֿונעם חודש קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי „צעבלי‟.
דאָס לייגט זיך, אַוודאי, אויפֿן שׂכל. על־פּי הלכה און על־פּי קבלה איז וויכטיק איין מאָל אַ יאָר אין פֿרילינג צו זאָגן, בעסער נאָך פּסח און דווקא אין ניסן, די „ברכּת האילנות‟ – אַ ספּעציעלע ברכה אויף בליִענדיקע פֿרוכטביימער. נישט אַלעמאָל גיט זיך אָבער אײַן דאָס צו טאָן; בדיעבֿד מעג מען מאַכן די דאָזיקע ברכה אין אייר.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז דער פֿאַקט, וואָס אונדזער לוח האָט אַ שײַכות צו דער אוראַלטער אַסירישער און אַפֿילו שומערישער ציוויליזאַציע, איז זיכער נישט קיין „פֿרעמדע‟ השפּעה. אַדרבה, דאָס איז איינער פֿון אַ סך בײַשפּילן פֿונעם געזונטן גײַסטיקן און קולטורעלן סינטעז, ווען ייִדן האָבן אָפּגעהיט אויף אַן אייגענעם, ייִדישלעכן שטייגער, אינטעגרירט אין זייער רוחניות עלעמענטן פֿון פֿאַרשיידענע מענטשלעכע שפּראַכן און קולטורן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

