הערט אַ ייִדישן רעפֿעראַט אָנלײַן וועגן דעם ייִדישן אַרבעטער־בונדAttend an online Yiddish lecture about the Jewish Labor Bund
ד׳׳ר ליליאַן טירק וועט רעדן וועגן דעם בונדס קאָמפּליצירטן און צומאָל סתּירותדיקן צוגאַנג צו דער נאַציאָנאַלער פֿראַגע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַז מע דערמאָנט הײַנט אַקאַדעמישע פּראָגראַמען וואָס ווערן טראַנסמיטירט אָנלײַן פֿון אייראָפּע, גייט די רייד געוויינטלעך וועגן אַ רעפֿעראַט אײַנגעאָרדנט דורכן „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“, אָדער דורך ייִדישיסטן אין שוועדן אָדער ענגלאַנד.
שבת, דעם 24סטן אַפּריל, וועט מען אָבער קענען זען אַ פּראָגראַם אויף מאַמע־לשון פֿון האַמבורג. אינעם רעפֿעראַט, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד, וועט די היסטאָריקערין ליליאַן טירק אַרומרעדן דעם בונדס באַציִונג צו דער ”נאַציאָנאַלער פֿראַגע“. כאָטש ס׳רובֿ סאָציאַליסטן האָבן דעמאָלט געפּריידיקט דעם אינטערנאַציאָנאַליזם, וועט טירק דערקלערן ווי אַזוי דער בונד האָט פּרובירט צו טאַנצן אויף צוויי חתונות, שטיצנדיק דעם אינטערנאַציאָנאַליזם, אָבער דערמוטיקנדיק די ייִדן צו אַנטוויקלען זייער אייגענע נאַציאָנאַלע קולטור אויף ייִדיש.
ווי אַ טייל פֿונעם רעפֿעראַט וועט זי פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון טעקסטן וואָס אַנטפּלעקן דעם בונדס צומאָל סתּירותדיקן צוגאַנג צום נאַציאָנאַליזם און אינטערנאַציאָנאַליזם, אַרײַנגערעכנט ש. אַנ־סקיס ליד, „אין זאַלציקן ים“, אַן עסיי פֿונעם בונדישן פֿירער הענריק ערליך וועגן די עיקר־פּרינציפּן פֿון דער באַוועגונג, און פֿאַרשידענע פּאַמפֿלעטן פֿאַרשפּרייט פֿון אירע מיטגלידער.
דער רעפֿעראַט, אײַנגעאָרדנט דורך דער „שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט“, הייבט זיך אָן 9:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט (3:00 נאָך מיטאָג אין דײַטשלאַנד). די פּראָגראַם איז בחינם, אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן שיקן אַ בליצבריוו אויפֿן אַדרעס [email protected].
פֿאַראינטערעסירטע ווערן געבעטן זיך צו פֿאַרשרײַבן עטלעכע טעג פֿאַר דער לעקציע, כּדי מע זאָל זיי קענען צושיקן אַ ביסל לייען־מאַטעריאַל וועגן דער טעמע.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief