ווידעאָ: איז דער פֿאָרווערטס טאַקע געווען אַן אַנטירעליגיעזע צײַטונג?WATCH: Was the Forverts really an anti-religious newspaper?
בײַם דעקן דעם ליבאַוויטשער רבינס קומען קיין אַמעריקע אין 1940 איז דער טאָן שוין געווען גאָר אַנדערש ווי אין אירע ראַדיקאַלע סאָציאַליסטישע טעג.

Image by Forward Association
די וואָך ווערט 124 יאָר זינט דער פֿאָרווערטס איז געגרינדעט געוואָרן.
כּדי אָפּצומערקן דעם יום־טובֿ ברענגען מיר אײַך אַ קאַפּיטל פֿון דער ווידעאָ־סעריע, „אוצרות פֿונעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו‟, אין וועלכן פּראָפֿ׳ גענאַדי עסטרײַך, פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט און אַליין אַ לאַנגיאָריקער פֿאָרווערטס־שרײַבער, ענטפֿערט די אָפֿט געפֿרעגטע שאלה, צי איז דער פֿאָרווערטס טאַקע געווען אַן אַנטירעליגיעזע צײַטונג?
עסטרײַך גיט בײַשפּילן וואָס ווײַזן וויפֿל ס׳האָט זיך טאַקע געביטן דער צײַטונגס צוגאַנג צו דער פֿרומער וועלט צווישן דעם יאָר פֿון איר גרינדונג, אין 1897, ווי אַ ראַדיקאַלע סאָציאַליסטישע צײַטונג, ביז צום יאָר 1940 ווען דער פֿאָרווערטס האָט געדעקט דעם ליבאַוויטשער רבינס אָנקומען קיין אַמעריקע.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
