חסידישע מאַפּע פֿון מיזרח־אייראָפּע אויף ייִדישHasidic map of Eastern Europe in Yiddish
די קאַרטע נעמט אַרײַן די נעמען פֿון טויזנטער שטעט, שטעטלעך און דערפֿער אין צען לענדער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַז מע וויל וויסן ווי אַזוי ייִדן האָבן אַרויסגערעדט דעם נאָמען פֿון אַ שטאָט אָדער שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע, אָדער וואָסערע ייִדישע שרײַבער האָבן דאָרטן געוווינט, קען מען זינט אַ סך יאָרן קוקן אויף דער ייִוואָ־וועבזײַט, „ייִדישלאַנד“.
וואָס טוט מען אָבער אַז מע וויל וויסן, וואָסער רבי האָט געוווינט אין וואָסער שטעטל, און וווּ מע האָט אים געבראַכט צו קבֿר־ישׂראל?
לעצטנס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אויף פֿייסבוק און טוויטער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ חסידישער מאַפּע אויף ייִדיש, וואָס ווײַזט די נעמען פֿון מער ווי 3,500 שטעט, שטעטלעך און דערפֿער אין מיזרח־אייראָפּע. צוזאַמען מיט דער קאַרטע גופֿא, וואָס ווײַזט וווּ די שטעטלעך געפֿינען זיך אין צען פֿאַרשיידענע לענדער, קען מען פֿונעם ביכל זיך דערוויסן די GPS־אַדרעסן פֿון מער ווי 300 בית־עולמס, און ווער ליגט דאָרטן באַגראָבן. דער מיני־אַטלאַס נעמט אויך אַרײַן וויכטיקע פֿראַזעס און ווערטער אויף אַ צאָל מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן.
כּדי צו זען אַ פּאָר זײַטן פֿונעם אַטלאַס, גיט אַ קוועטש דאָ.
מע קען, דרך־אַגבֿ, אויך זען „גוגל־מאַפּעס“ וואָס הערשל גלעזער האָט געשאַפֿן מיט די ייִדישע נעמען פֿון הונדערטער שטעטלעך דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
