ווידעאָ: רבי נחמנס משל מיט אַ דימענט און אַ קבצןWATCH: Rabbi Nachman’s parable of the diamond and the pauper
וואָס קען מען זיך דערוויסן פֿון אַן אָרעמאַנס באַציִונג מיט אַ ים־גזלן?

Graphic by Angelie Zaslavsky
לעצטנס האָט זיך באַוויזן אויף יוטוב אַ נײַער בראַצלאַווער קירובֿ־קאַנאַל, וואָס פֿאַרשפּרייט די משלים פֿון רבי נחמן דורך אַנימירטע פֿילמען. צווישן זיי לאָזט מען אַרויס ווידעאָס אויף ייִדיש.
נחמן בראַצלאַווערס מיסטעריעזע מעשׂיות נעמען אָפֿט אַרײַן סימבאָלן און אימאַזשן, וואָס מע טרעפֿט זעלטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון זײַן תּקופֿה. אין זײַן משל מיטן דימענט און דעם קבצן, וואָס מע קען הערן אינעם ווידעאָ אויבן, קומט דער מוסר־השׂכּל פֿון דעם וואָס איז געשען, ווען אַן ערלעכער ייִד, אַן אָרעמאַן, טרעפֿט אַ ים־גזלן און מוז פֿאָרן מיט אים אַזש קיין לאָנדאָן.
די סיפּורי־מעשׂיות פֿון נחמן בראַצלאַווער האָבן געהאַט אַ טיפֿע השפּעה אויף דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. כּדי צו הערן אַ לעקציע אויף דער טעמע געהאַלטן פֿונעם גרויסן שרײַבער און פּאָעט אַהרן צײַטלין, גיט אַ קוועטש דאָ.
כּדי צו לייענען נחמן בראַצלאַווערס משלים אויף ייִדיש אויף „וויקיביבליאָטעק“, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
