נאָך ווידעאָס פֿון די שוועסטער אַליבײַ — קיִעווער זינגער מיט אַ גוטן ייִדישן אַרויסריידNew videos by the Alibi Sisters – Kiev singers who get the Yiddish just right
הערט זייער נוסח פֿון „יאָ, מײַן ליבע טאָכטער“, אַ שלאַגער פֿון די שוועסטער בערי.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אָנהייב אַפּריל האָב איך געשריבן וועגן די קיִעווער שוועסטער אַליבײַ, צוויי טאַלאַנטירטע שוועסטער וואָס זענען מיט 10־15 יאָר צוריק באַרימט געוואָרן פֿאַר זייערע פּאָפּ־ און R&B־לידער אויף רוסיש און אוקראַיִניש.
לעצטנס זענען די שוועסטער, אַנאַ און אַנזשעלינאַ זאַוואַלסקאַ, אַריבער אויף ייִדיש, זינגענדיק דעם רעפּערטואַר פֿון די שוועסטער בערי. זיי זענען אַפֿילו אויפֿגעטראָטן אויפֿן אוקראַיִנישן נוסח פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „דאָס קול“, און האָבן דאָרטן אַזוי באַוווּנדערט די ריכטער, אַז אַלע פֿיר האָבן געשטימט פֿאַר זיי — אַ זעלטענע זאַך אויף דער פּראָגראַם.
לעצטנס האָט דער דועט אַרויסגעלאָזט עטלעכע מוזיק־ווידעאָס, אין וועלכע זיי ווערן באַגלייט פֿון אַ קאַפּעליע. זייער צוגאַנג צום ליד, „יאָ, מײַן ליבע טאָכטער“ איז זייער ענלעך צום אופֿן ווי עס זינגען עס די שוועסטער בערי, נאָר מע האָט אַרײַנגעוועבט געוויסע טיילן מיט קלעזמער־מוזיק, עפּעס וואָס מע הערט ניט אינעם נוסח פֿון 1959.
די שוועסטער אַליבײַ זינגען פּרעכטיק און האָבן זיך גוט אויסגעלערנט דעם ייִדישן אַרויסרייד. מיר געפֿעלט שטאַרק דער סינטעז פֿון דער קלעזמער־ און סווינג־מוזיק. אַזאַ מין „טריבוט־קאַפּעליע“ אָפּצוגעבן כּבֿוד די שוועסטער בערי איז זייער אַ פּאַסיקע רוטין פֿאַר זיי. איך האָף אָבער אַז זיי וועלן אַמאָל שטרעבן צו זינגען מאַטעריאַל מחוץ דעם רעפּערטואַר פֿון די שוועסטער בערי, ווײַל יענע לידער זענען אַזוי באַקאַנט און פּאָפּולער, אַז ס׳איז שווער צו מאַכן פֿון זיי עפּעס באמת נײַס. און ווי טאַלאַנטירטע אַרטיסטן וואָס קענען זינגען אין עטלעכע סטילן און קענען גוט אַרויסרעדן די ייִדישע ווערטער, וואָלטן זיי אויך געקענט שאַפֿן עפּעס מער מאָדערנס. מע הערט, זעלטן־ווען, למשל, אַן R&B־ליד אויף מאַמע־לשון.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
