ווידעאָ: הערט ווי מע זינגט — און פֿײַפֿט אונטער — אַ ליד לכּבֿוד דער רומענישער קרעטשמעWATCH: Singing – and whistling – a toast to the Romanian tavern
דזשאַש דאָלגין זינגט עס מיט עלעמענטן פֿון חזנות און קלעזמער, באַגלייט פֿון אַ סטרונע־קוואַרטעט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פּאַנדעמיע האָט דערפֿירט צו אַ סך אומדערוואַרטע סצענעס, צווישן זיי — ווי פֿידלער מאַכן קאָנצערטן אויף זייערע וועראַנדעס און דעכער.
אין דעם ווידעאָ, זעט מען אַזאַ מין קאָנצערט אָנגעפֿירט פֿון דזשאַש דאָלגין — דער ייִדישער זינגער, ראַפּער, און קונצנמאַכער, באַקאַנט לויט זײַן בינע־נאָמען, Socalled (אַזוי־גערופֿן). דאָס ליד וואָס מע שפּילט דאָ, „רומענישע קרעטשמע‟, איז געווען טייל פֿון אַ קאָצערט אין זומער 2020 וואָס מע האָט רעקאָרדירט אויפֿן דאַך פֿון אַ הויז אין מאָנטרעאָל מיטן סטרונע־קוואַרטעט, Warhol Dervish.
דאָס ליד,„רומענישע קרעטשמע“, איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורכן האָלענדיש־ייִדישן זינגער, לעאָ פֿולד. אַזוי ווי אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע, רומעניע“, לויבט דאָס ליד די רומענישע מאכלים און ווײַן. דער סטיל פֿונעם ליד, מיט עלעמענטן פֿון קלעזמער, חזנות און וואָדעוויל, איז אויך ענלעך צו לעבעדעפֿס קאָמפּאָזיציע.
דאָלגינס רעקאָרדירונג פֿון „רומענישע קרעטשמע‟ איז אַ טייל פֿון זײַן לעצטן אַלבאָם, „די פֿראָש“, וואָס אַ קאָנצערט דערפֿון איז טראַנסמיטירט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער פֿאַראַיאָריקער „קלעזקאַנאַדע“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
