Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חורבן־זכרונות פֿונעם סאָוועטישן קוקווינקלHolocaust memoirs from a Soviet point of view

בײַ אַ סך רוסישע ייִדן בלײַבט דער חורבן אַן אינטעגראַלער חלק פֿונעם אַלגעמיינעם מלחמה־זכּרון.

צום 80סטן יאָרטאָג זינט נאַצי־דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד – דעם 22סטן יוני פֿונעם יאָר 1941 – איז אין מאָסקווע אַרויס אַ נײַער באַנד פֿון דער ביכער־סעריע אויף רוסיש, „פֿאַרהיט מײַנע בריוו…‟, וואָס מע קען אַראָפּלאָדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל דאָ.

ס׳איז אַ זאַמלונג פֿון פּערזענלעכער קאָרעספּאָנדענץ, וואָס מאָלט אָפּ דעם ייִדישן חורבן פֿונעם סאָוועטישן קוקווינקל.

צום ערשטן מאָל זענען אין דער דאָזיקער סעריע אויך אַרײַן בריוו אויף ייִדיש, איבערגעזעצט דורכן מחבר פֿון די שורות און דורך דער מאָסקווער לינגוויסטקע און ייִדישיסטקע, ליובאָוו לאַווראָוואַ.

הגם ס׳רובֿ וועלט־היסטאָריקער פֿאַררעכענען די דײַטשישע אינוואַזיע פֿון פּוילן, דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939, ווי דער אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, הייבט זיך אָן די סאָוועטישע קריגס־כראָנאָלאָגיע, בעיקר, פֿון יענער דאַטע, ווען אויף אַלע ראַדיאָ־קאַנאַלן האָט זיך איבערן גאַנצן לאַנד דערהערט דאָס קול פֿונעם באַרימטן דיקטאָר יורי (יודל) לעוויטאַן. בײַם סאָוועטישן און רוסישן עולם איז דער אויסדרוק „די גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה‟, אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט לעוויטאַנס ווערטער, ביז הײַנט פֿאַרבליבן דער עיקר־נאָמען פֿון יענע בלוטיקע געשעענישן.

דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער מלחמה ווײַזט שוין, אַז אין רוסלאַנד האָט זיך געשאַפֿן אַן אייגענע שיטה פֿון חורבן־שטודיעס, וואָס שיידט זיך אין געוויסע אַספּעקטן אונטער פֿון דער מערבֿדיקער פּערספּעקטיוו. אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער ברייטער עולם ווייניק געוווּסט וועגן דעם באַזונדערס שוידערלעכן גורל פֿון ייִדן אונטער דער נאַציסטישער אָקופּאַציע. אויף די דענקמעלער פֿון פֿאַרטיליקטע ייִדן האָט מען כּסדר געשריבן אַזוי: „אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע סאָוועטישע בירגער‟. אַ סך היסטאָריקער טענהן, אַז דאָס איז אַ סימן פֿון דער סאָוועטישער נטיה צו פֿאַרשווײַגן דעם נאַצי־גענאָציד פֿון ייִדן.

אין דער אמתן, איז די מעשׂה מער קאָמפּליצירט. אַז היטלער האָט געוואָלט אומברענגען דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק און האָט פֿאַרטיליקט אַ גרויסן טייל דערפֿון אין די טויט־לאַגערן איז קיינמאָל נישט געווען קיין סוד. אין דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור – דהײַנו, אויף דער ייִדישער שפּראַך – האָט מען וועגן דעם חורבן כּסדר געשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע ריי ביכער. פֿאַרן דורכשניטלעכן רוסיש־רעדנדיקן מענטש בלײַבט אָבער די צווייטע וועלט־מלחמה פֿאַרבונדן מיט די געפֿערלעכע קרבנות פֿון דער אַלגעמיינער סאָוועטישער באַפֿעלקערונג: בערך 25־27 מיליאָן, אַרײַנגערעכנט אַרום 11.5 מיליאָן מיליטער־לײַט. מיליאָנען רוסן זענען אויך אומגעקומען אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. ווי באַקאַנט, האָבן די נאַציס סיסטעמאַטיש אומגעבראַכט קאָמוניסטן און אַנדערע שׂונאים פֿון זייער אידעאָלאָגיע.

די רוסלענדישע ייִדן אַליין, בפֿרט די עלטערע, באַטראַכטן דעם חורבן פֿאַר אַ באַזונדערס שרעקלעכן, אָבער לאַוו־דווקא דעם וויכטיקסטן מאָמענט אין דער ריזיקער מלחמה־טראַגעדיע. אויף אַ שׂימחה לכּבֿוד דעם נײַעם בוך האָט זיך טאַקע שטאַרק געשפּירט די אַטמאָספֿער פֿונעם „נצחון־טאָג‟: די עלטערע לײַט האָבן מיטגעזונגען באַקאַנטע לידער פֿון די מלחמה־יאָרן, און דער 99־יאָריקער ייִדישער וועטעראַן יעווסיי רודינסקי, וועלכער האָט געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי זינט דעם סאַמע אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט דערציילט, ווי אַזוי דעם מע האָט 22סטן יוני איבערגעגעבן, אַז היטלער איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ באָמבאַרדירער־פּילאָט. נישט געקוקט אויפֿן בכּבֿודיקן עלטער, האָט רודינסקי גערעדט מיט אַ גאַנץ פֿרישן טאָן, געדענקענדיק זייער קלאָר יעדן פּרט פֿון יענער שוידערלעכער תּקופֿה.

דער אַרויסגעבער פֿונעם בוך, לעאָניד טיאָרושקין, האָט מיר איבערגעגעבן, אַז זײַן פֿאַרלאַג קלײַבט זיך ווײַטער צו פֿאַרעפֿנטלעכן די קאָרעספּאָנדענץ אויף ייִדיש. ער האַלט, אַז די עצם־טעמע, ווי אַזוי אַ סאָוועטישער ייִד, בפֿרט אַ סאָלדאַט, האָט געקוקט אויף די צרות פֿון זײַנע ברידער־ייִדן און קרובֿים אויף יענער זײַט פֿונעם פֿראָנט, קאָן עפֿענען גאַנצע נײַע פּרקים אין חורבן־שטודיעס.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.