הערט זיך צו: אַ ייִדיש ליד וועגן צרות מיטן „הולאַהופּ“Listen: A Yiddish song about troubles caused by hula hoops
אַ הומאָריסטישע שילדערונג פֿונעם „הולאַרייף משוגעת“ בעת די 1950ער, געשאַפֿן און געזונגען פֿונעם פּאַריזער זינגער דייוו קאַש

Image by Getty Images
דייוו קאַש, דער ייִדישער זינגער, קאָמיקער און אייגנטימער פֿון אַ ייִדישן קאַבאַרעט אין פּאַריז, האָט געשריבן אַ צאָל הומאָריסטישע לידער וועגן די אַקטועלע געשעענישן פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן. איינס פֿון זײַנע בעסטע איז געווידמעט אַ שפּילכל, וואָס איז געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער אין 1958 — דער „הולאַהופּ“.
אַזוי ווי דער יאָ־יאָ, איז דער דאָזיקער פּלאַסטישער רייף אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטן פֿאַרווײַלונג־מיטל, וואָס איז געוואָרן אַ נײַע מאָדע (fad בלע׳׳ז) נאָך דעם וואָס אַ צאַצקע־פֿירמע האָט אים אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן מאַסנווײַז. אַזוי ווי די פּאָקעמאָן־קאַרטלעך און ביני־בייביס אין די 1990ער יאָרן, האָבן אַ סך מענטשן געקוקט מיט ביטול אויף דער פּלוצלעמדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון די הולאַהופּס. אינעם ליד מאַכט קאַש חוזק סײַ פֿון די הולאַהופּיסטן, סײַ פֿון זייערע קריטיקער. אַזאַ מין ליד דעראָמט זיך שטאַרק אין די ווערק פֿונעם סאַטיריקער און הומאָריסט, טאָם לערער. עס האָט אָבער איין ייִדישער קנייטש: קאַש באַמערקט אַז די משוגעת מיט דער נײַער צאַצקע איז געגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז אַפֿילו זײַן שוויגער מיט אַ מויל אויף שטרויפֿן שווײַגט איצט, ווײַל זי קאָנצענטרירט זיך אַזוי שטאַרק אויפֿן דרייען דעם הולאַהופּ.
דער ייִדישער זינגער דייוו קאַש איז אויפֿגעוואַקסן אין לעמבעריק, וווּ ער האָט געהייסן לודוויק סלאָמניקער. אַ קאַבאַרעט־שטערן אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה, איז עס אים און זײַן פֿרוי, די טענצערין און זינגערין, יאַדוויגאַ פּאָדצאָלסקאַ, געלונגען צו אַנטלויפֿן קיין רוסלאַנד האַרט פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע. נאָך אַ יאָר אין חיפֿה איז דאָס פּאָרל געפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ זיי האָבן אין 1960 געקויפֿט אַ נאַכטלאָקאַל און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַבאַרעט מיטן וואַזשנעם נאָמען Chez Dave Cash, וווּ ער האָט געלייגט דעם טראָפּ אויף ייִדישע לידער און קאָמעדיעס. אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם וועגן קאַש און זײַן קאַבאַרעט אויף פֿראַנצייזיש פֿונעם „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק“ קען מען הערן דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
