Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש און אירלענדיש: גלות־מעטאַפֿיזיקYiddish And Irish: Metaphysics of Exile

צוליב דער בריטישער קאָלאָניזאַציע, פֿאַרנעמען גלות און דיסקרימינאַציע פּונקט אַזאַ צענטראַל אָרט אין דער אירלענדישער לעטעראַטור ווי אין דער ייִדישער.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט די ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק דורכגעפֿירט אַ רעפֿעראַט וועגן דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן קיין אירלאַנד אינעם פּעריאָד פֿון 1881 ביז 1914. די לעקציע האָט געפֿירט ד״ר נאַטאַלי ווין, אַ פֿאָרשערין פֿונעם הערצאָג־צענטער פֿאַר ייִדישע און מיטל־מיזרחדיקע שטודיעס בײַם טריניטי־קאָלעדזש, דובלין.

דער הערצאָג־צענטער טראָגט דעם נאָמען פֿון הרבֿ יצחק הלוי הערצאָג – אַ וויכטיקער טוער און דענקער, וועלכער האָט געדינט ווי דער ערשטער הויפּט־רבֿ אין אירלאַנד פֿון 1921 ביז 1936. שפּעטער האָט מען אים פֿאַרבעטן צו ווערן דער אַשכּנזישער הרבֿ־הראָשי אין דער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע; פֿון 1936 ביז זײַן פּטירה אין 1959, האָט הערצאָג געוווינט אין ארץ־ישׂראל. דער נײַ דערוויילטער פּרעזידענט פֿון ישׂראל, יצחק הערצאָג, איז, אַגבֿ, הרבֿ הערצאָגס אייניקל.

די לעקציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן לכּבֿוד הרבֿ הערצאָגס יאָרצײַט.

איך האָב שוין אַמאָל דערציילט אונדזערע לייענער אַז הרבֿ הערצאָג, אַ געבוירענער אין לאָמזשע, פּוילן, איז געווען אַ פֿרומער סאָציאַליסט, אַ שטאַרקער שטיצער פֿונעם אירלענדישן נאַציאָנאַליזם און אַ נאָענטער חבֿר פֿון אימאָן דע וואַלעראַ – דער ערשטער פּרעמיער־מיניסטער פֿונעם אומאָפּהענגיקן אירלאַנד. צוליב זײַן ערנסטן אינטערעס צו דער אירלענדישער קולטור, האָט דער הויפּט־רבֿ זיך אויסגעלערנט די אוראַלטע שפּראַך — אירלענדיש (דעם אירלענדישן נוסח פֿון געליש).

צווישן ייִדיש און אירלענדיש זענען פֿאַראַן ממשותדיקע ענלעכקייטן. ביידע ווערן אָפֿט פֿאַרקוקט; אַ סך מענטשן ווייסן אַפֿילו נישט, אַז ביזן 19טן יאָרהונדערט האָבן ס’רובֿ אירלענדער בכלל נישט גערעדט אויף ענגליש. אין ביידע פֿאַלן טרעפֿן זיך גענוג „באַגרעבער‟ און חוזק־מאַכער, וואָס מיינען, אַז ייִדיש און אירלענדיש טויגן נאָר אויף לידעלעך און באָבע־מעשׂיות.

ווינס לעקציע האָט געהייסן „זכרונות פֿון אַ גלות‟. אָט דאָס – גלות – איז אָבער זייער כאַראַקטעריסטיש סײַ פֿאַר דער ייִדישער, סײַ פֿאַר דער אירלענדישער קולטור. די לעקטאָרין האָט דערציילט וועגן דעם פּעריאָד, ווען טויזנטער ייִדן האָבן אַרײַנגעוואַנדערט אינעם לאַנד, פֿון וואַנען עס זענען במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אַוועקגעפֿאָרן עטלעכע מיליאָן תּושבֿים. נאָכן קאַטאַסטראָפֿישן הונגער פֿון 1845־1852 ביז די 1930ער, האָט אירלאַנד געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ נעבעכדיקן „זומפּ‟. נאָך פֿריִער, צוליב דער ברוטאַלער בריטישער קאָלאָניזאַציע, האָבן די טעמעס פֿון גלות, צרות, אימיגראַציע, דיסקרימינאַציע און אָרעמשאַפֿט פֿאַרנומען אין דער אירלענדישער לעטעראַטור פּונקט אַזאַ צענטראַל אָרט, ווי בײַ ייִדן.

אַן אַנדער זייער אינטערעסאַנטע ענלעכקייט באַמערק איך איצט – דאַכט זיך מיר, צום ערשטן מאָל. סײַ אין די ייִדישע, סײַ אין די אירלענדישע פֿאָלק־לעגענדעס ווערט די שפּראַך גופֿא אַסאָציִיִרט אי מיט גלות, אי מיטן משיחישן תּיקון־העולם.

אין דער פֿרומער וועלט, בפֿרט בײַ די חסידים, איז באַקאַנט די לעגענדע, לויט וועלכער די אַמאָליקע צדיקים האָבן מיט הונדערטער יאָרן צוריק אויסגעקליבן די פֿינקעלעך קדושה, וואָס באַהאַלטן זיך אין דײַטשיש, פּויליש און אַנדערע לשונות, און צונויפֿגעוועבט פֿון זיי דעם הײַנטיקן לשון־ייִדיש. פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון אַזאַ גײַסטיק לינגוויסטישער טעאָריע געפֿינען מיר בײַ רבי נחמן בראַצלעווער, רבי אַהרן ראָט – דעם גרינדער פֿונעם תּולדות־אַהרנער חסידות – רבי ישׂראל ווילעדניקער, און אַנדערע.

אינעם אירלענדישן „בוך פֿון אירלאַנדס פֿאַרכאַפּונגען‟ (Lebor Gabála Érenn) ווערט דערציילט, אַז אין משה רבינוס צײַטן האָט געלעבט גוידעל דער גרינער, אַ מין משיחישער צדיק. אַזוי ווי ייִדן, האָבן די אָבֿות פֿון די אירלענדער, לויט דער דאָזיקער מעשׂה, לאַנג געוואַנדערט אין גלות – צוערשט אין מצרים, דערנאָך איבער אייראָפּע. פֿון די בעסטע עלעמענטן, וואָס זענען פֿאַרבליבן אין אַלע שפּראַכן נאָכן מגדל־בבֿל, האָט גוידעל בכּיוון געשאַפֿן דאָס בעסטע לשון פֿאַר זײַן פֿאָלק.

אין דער וועלט זענען ברייט פֿאַרשפּרייט פֿאָלק־לעגענדעס, לויט וועלכע אַ געוויסע שפּראַך קומט פֿון אַ גאָט צי אַ מלאך. דאַכט זיך, אַז בלויז בײַ די אַשכּנזישע ייִדן און די אירלענדער איז באַקאַנט אַ מעשׂה, אַז זייער לשון האָבן געשאַפֿן צדיקים ווי אַ מין גלות־תּיקון. עס וואָלט געווען וויכטיק זיך אַרײַנצוטראַכטן, ווי אַזוי אַזאַ לעגענדע קאָן העלפֿן ביידע שפּראַכן צו פֿאַרבעסערן זייער איצטיקן סאָציאַלן מצבֿ. וואָס שייך די באַציִונגען צווישן ייִדן און אירלענדער בכלל, איז כּדאַי צו האָבן אין זינען, אַז דאָ זענען צונויפֿגעפֿלאָכטן געוואָרן צוויי גענוג ענלעכע, לאַנגע געשיכטעס פֿון נע־ונד און ראָמאַנטישע האָפֿענונגען.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.