Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װאָס איז געװען די פֿונקציע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט?What was the function of the Soviet Jewish anti-fascist committee?

ייִדישע שרײַבער האָבן געטענהט, אַז דער קאָמיטעט זאָל ניט בלױז פֿאַרשפּרײטן פּראָפּאַגאַנדע אין אױסלאַנד, אָבער אױך העלפֿן ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט איז געשאַפֿן געװאָרן אין אָנהײב 1942 װי אַן אָפּטײל פֿונעם סאָװעטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוראָ. סך־הכּל זײַנען געשאַפֿן געװאָרן נאָך פֿיר אַנטיפֿאַשיסטישע קאָמיטעטן׃ דער פֿרױען־קאָמיטעט, דער סלאַװישער קאָמיטעט, דער יוגנט־קאָמיטעט און דער קאָמיטעט פֿון װיסנשאַפֿטלער. זײער אױפֿגאַבע איז געװען צו פֿאַרשפּרײטן די סאָװעטישע מלחמה־פּראָפּאַגאַנדע סײַ אין דער היים, סײַ אין אױסלאַנד.

אָנגעפֿירט מיט דער דאָזיקער טעטיקײט האָט שלמה לאָזאָװסקי, דער פֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאָלקס־קאָמיסאַר (מיניסטער) פֿאַר אױסלענדישע ענינים. דער עקזעקוטיװ־סעקרעטאַר פֿונעם ייִדישן קאָמיטעט איז געװען שכנא עפּשטײן. בײדע זײַנען געװען געטרײַע באָלשעװיקעס, װאָס האָבן געפֿירט קאָמוניסטישע אַרבעט אין אױסלאַנד. עפּשטײן האָט דורכגעפֿירט געהײמע שליחותן פֿאַר דער סאָװעטישער אױסשפּיר־דינסט אין אַמעריקע. פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען באַשטימט דעם באַרימטן ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס.

צװישן די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן קאָמיטעט זײַנען געװען באַקאַנטע סאָװעטישע ייִדן׃ ליטעראַטן, אַקאַדעמיקער, גענעראַלן, פּאַרטײ־טוער. װי עס אַנטפּלעקן די דאָקומענטן װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָבן זיי געהאַט פֿאַרשײדענע השׂגות װעגן דעם קאָמיטעטס פֿונקציע. עפּשטײנס אױפֿגאַבע איז געווען אָנצושרײַבן באַריכטן װעגן דעם מצבֿ אױפֿן פֿראָנט און אינעם לאַנד לױט דעם אַלגעמײנעם נוסח פֿון דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע, אָבער מיט אַ ספּעציעלן פֿאָקוס אױף ייִדן, און איבערצושיקן די דאָזיקע מאַטעריאַלן אין פֿאַרשײדענע אױסלענדישע ייִדישע צײַטונגען אױף ייִדיש, ענגליש און שפּאַניש.

די געאָגראַפֿיע פֿון די אַדרעסן איז געװען זײער אַ ברײטע׃ ארץ־ישׂראל, די פֿאַראײניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, ענגלאַנד, מעקסיקע, קובאַ, אַרגענטינע, דרום־אַפֿריקע. מען האָט געהאָפֿט, איז די לינקע ייִדישע פּרעסע װעט איבערדרוקן די דאָזיקע באַריכטן און אַזױ אַרום אױפֿװעקן סימפּאַטיעס צום סאָװעטן־פֿאַרבאַנד בײַ זײערע לײענער. אָבער ניט אַלע ייִדישע צײַטונגען האָבן דאָס געטאָן. דער סאַמע פֿאַרביסענער קעגנער איז טאַקע געװען דער פֿאָרװערטס, װאָס איז געװען געשטימט שטאַרק אַנטיסאָװעטיש.

לכתּחילה האָט דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט געפּרוּװט אָרגאַניזירן אַ קאַמפּאַניע צו שאַפֿן געלט אױף צו קױפֿן טױזנט טאַנקען און 500 מיליטערישע עראָפּלאַנען אין אַמעריקע. לױט די אַמעריקאַנער געזעצן, טאָר אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע אָבער ניט קױפֿן קײן געװער, און מען האָט אױסגענוצט דאָס געזאַמלטע געלט אױף צו קױפֿן װאַרעמע בגדים, מעדיקאַמענטן און אַנדערע חפֿצים פֿאַר דער רױטער אַרמײ. אַ גרױסער דערפֿאָלג איז געװען די רײַזע פֿון מיכאָעלס און דעם דיכטער, איציק פֿעפֿער, איבער אַמעריקע, קאַנאַדע, מעקסיקע און ענגלאַנד, װוּ זײ האָבן אָנגעזאַמלט מיליאָנען דאָלאַרן פֿאַרן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

אָבער ניט אַלע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט האָבן געהאַלטן, אַז זײער אַרבעט דאַרף זײַן געצילט קײן אױסלאַנד. די ייִדישע ליטעראַטן, דער דיכטער פּרץ מאַרקיש און דער ליטעראַטור־פֿאָרשער יצחק נוסינאָװ, האָבן געטענהט, אַז דער קאָמיטעט דאַרף זיך אָפּגעבן אױך מיט העלפֿן ייִדישע פּליטים, בפֿרט די, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ביטערער נױט אין דער עװאַקואַציע אין צענטראַל־אַזיע. די דאָזיקע חילוקי־דעות האָט זיך צעפֿלאַקערט בשעת דעם צװײטן פּלענום פֿונעם קאָמיטעט אין מאָסקװע און פֿעברואַר 1943.

מאַרקיש האָט אין זײַן רעדע געזאָגט: „דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט דאַרף אױף װײַטער פֿאַרברײטערן די פֿונקציעס פֿון זײַן אַרבעט. ער דאַרף מיט מער פֿילבאַרקײט זיך אינטערעסירן מיט דער לאַגע פֿון די געליטענע ייִדישע מאַסן, מיט די עװאַקויִרטע. די דאָזיקע געליטענע האָב איך געזען אין זײער אומגליקלעכער לאַגע. ס׳איז, מײן איך, אַ דירעקטער חובֿ פֿונעם קאָמיטעט, ער זאָל מיטהעלפֿן אײַנצואָרדענען די דאָזיקע מאַסן. דער קאָמיטעט װאָלט געמעגט מאַכן די קאַרטע פֿון די ערטער, װוּ עס איז דאָ אַ מעגלעכקײט זיך אײַנצואָרדענען די עװאַקויִרטע.‟

דוד בערגעלסאָן איז געװען מער אָפּגעהיט אײדער מאַרקיש׃ „איך בין אין אַ געװיסער מאָס מסכּים מיטן חבֿר מאַרקיש, אַז אױפֿן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט פֿאַלט מער פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט, װי אױף אַן אַנדער קאָמיטעט, אױב מען באַטראַכט אונדזער אַרבעט אין קאָנטעקסט פֿון דער ייִדישער אײגנאַרטיקײט און ייִדישער געשיכטע. אָבער דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט דאָך זײַנע באַשטימטע פֿונקציעס.‟ אַזױ אַרום, לױט בערגעלסאָנס דעה, האָט דער קאָמיטעט געהאַט צװײ פֿונקציעס׃ אַ פּאָליטישע סאָװעטישע און אַ היסטאָרישע ייִדישע.

די סאָװעטישע פֿירערשאַפֿט האָט פֿון סאַמע אָנהײב אָן באַטראַכט די טעטיקײט פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט מיט חשד. אין אַ געהײמען באַריכט צו דעם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ האָט מען באַמערקט, אַז דער קאָמיטעט נעמט זיך פֿאַר אױפֿגאַבעס, װאָס ליגן מחוץ זײַנע אַחריותן. אַ געניטער פֿונקציאָנער, איז עפּשטײן אַװדאי געװען באַוווּסטזיניק וועגן אַזאַ מין פּראָבלעם. אין זײַנע אָפֿיציעלע רעדעס און באַריכטן האָט ער באַטאָנט, אַז די פֿונקציע פֿונעם קאָמיטעט איז צו פֿאַרשפּרײטן די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע אין אױסלאַנד. אָבער די דאָקומענטן אַנטפּלעקן, אַז די ממשותדיקע אַרבעט פֿונעם קאָמיטעט איז געװען ברײטער. קודם־כּל האָט מען געפּרוּװט אױסצופּועלן בײַ די סאָװעטישע מאַכט־אָרגאַנען אַ ביסל הילף פֿאַר די ייִדישע ליטעראַטן, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין דער עװאַקואַציע. מען האָט געבעטן זײ צו שיקן געלט, זײ צו געבן וווּ צו װױנען, אָדער זײ אַריבערצופֿירן פֿון עפּעס אַ „לאָך‟ אין אַ גרעסערער שטאָט. אַזױ, למשל, האָט די דיכטערין רחל קאָרן באַקומען אײן טױזנט רובל פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַראײן, אַ היפּשע סומע אין יענער צײַט.

עפּשטײן איז געשטאָרבן אין 1945. נאָך זײַן טױט, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מיכאָעלס און פֿעפֿער, האָט זיך דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט נאָך מער אַקטיװ אָפּגעגעבן מיט ייִדישע ענינים. דער קאָמיטעט האָט געהאָלפֿן ייִדן, װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון דער עװאַקואַציע, זיך אײַנצואָרדענען אין זײערע אַלטע הײמען, געשטיצט ייִדישע קולטורעלע אַנשטאַלטן, אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט אױסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַרױסגעגעבן ייִדישע ביכער. אין לעצטן סך־הכּל האָט די דאָזיקע פֿילזײַטיקע טעטיקײט גורם געװען די ליקװידאַציע פֿונעם קאָמיטעט. סטאַלין האָט בשום־אופֿן ניט געװאָלט דערלאָזן קײן שום ייִדישע אַקטיװיטעט, בפֿרט אין דער צײַט פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.