Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

סאַטמאַרער ייִדיש בלײַבט פּאָפּולער אין רוסישן דובליאַזשSatmar Yiddish Remains Popular in Russian Dubbing

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט דער עולם אין רוסלאַנד זיך גענייטיקט אין אַ הויפּטשטראָמיקן פֿילם, וואָס ווײַזט, אַז ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך.

נישט לאַנג צוריק האָט מען די מיני־סעריע „אומאָרטאָדאָקסיש‟ (Unothodox), געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון דבֿורה פֿעלדמאַנס בוך, געוויזן מיט אַ רוסישער שטים־איבערזעצונג, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אויף אַ ריי וועבזײַטן, אָן קיין אָפּצאָל און רעגיסטראַציע־פּראָצעדורן. צוליב דעם פֿרײַען צוטריט האָט זי אַרויסגערופֿן אַ נײַע כוואַליע אינטערעס.

פֿאַר אַן אַמעריקאַנער ייִד איז דער פֿאַקט, וואָס חסידים רעדן אויף ייִדיש, נישט קיין חידוש. אין ניו־יאָרק וווינען דאָך אַרום 100,000 סאַטמאַרער. דער עולם אין רוסלאַנד האָט זיך אָבער לאַנג גענייטיקט אין אַזעלכע פֿילמען, און דווקא פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, כּדי יעדער זאָל דאָס קענען זען מיט די אייגענע אויגן.

ס׳רובֿ רוסלענדישע ייִדן ווייסן נאָך אַלץ נישט, אַז די ייִדישע שפּראַך לעבט און אַנטוויקלט זיך ווײַטער. די, וואָס זענען קיינמאָל נישט געווען אין אַמעריקע צי אין די פֿרימסטע קוואַרטאַלן פֿון ירושלים, זאָגן זיך צומאָל אַפֿילו אָפּ צו גלייבן בכלל, אַז ייִדיש אין פּונקט אַזאַ טאָג־טעגלעך לשון אין ניו־יאָרק, ווי רוסיש אָדער כינעזיש.

ווען עמעצער טענהט, אַז די שפּראַך איז „טויט‟ אָדער „גוססט‟, איז גענוג אָנצוגעבן אַ לינק צו אָט דער מיני־סעריע, וואָס איז פֿול מיט גאַנצע דיאַלאָגן אויף ייִדיש. יעקאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, אַ בערלינער רוסיש־רעדנדיקע ייִדישיסטקע, ווי אַ וויסנשאַפֿטלערין, רעדאַקטירט די רוסישע ווערסיע פֿון פֿעלדמאַנס בוך, וואָס איז אויך אַרויס אין 2020. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט זי באַמערקט אין איר אַרטיקל אויף דער וועבזײַט Jewish.ru: „איר זעט, ייִדיש איז אַן אייביקע שפּראַך!‟

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אויף אַ צאָל פֿרומע בלאָגן האָט מען קריטיקירט פֿעלדמאַנס אויטאָביאָגראַפֿיע פֿאַר געוויסע גוזמאות און סתּירות מיט דער מחברטעס אמתער ביאָגראַפֿיע. צי דאָס איז ריכטיק צי נישט, באַשטייט די סעריע פֿון פֿיר קאַפּיטלען, וואָס אַ גרופּע אַמעריקאַנער און דײַטשישע קינעמאַטאָגראַפֿן האָבן קינסטלעריש באַאַרבעט ווי אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון סאַטמאַר, אויסגעמישט מיט אויסגעטראַכטע עלעמענטן. ד״ר שאָול מגיד, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער און קענער פֿון חסידות, האָט באַמערקט, אַז צומאָל האָבן די שאַפֿער געמוזט זאָגן „נייטיקע ליגנס‟ – אַנדערש וואָלט זייער פּראָדוקציע נישט געוווּנען אַזאַ פּאָפּולאַריטעט. דאָס מאַכט אָבער נישט אויס; בײַם ברייטן עולם זעט די מיני־סעריע אויס גענוג אויטענטיש און, דער עיקר, פֿאַרכאַפּנדיק.

באַקומט זיך אויך אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס: אין רוסלאַנד ווערן די חסידים הײַנט פֿאַקטיש אידענטיפֿיצירט מיט ליובאַוויטש, אָבער אינעם „גרויסן‟ קינאָ האָבן זיך איצט באַוויזן די סאַטמאַרער. הגם אויף די צענטראַלע רוסלענדישע טעלעוויזיע־קאַנאַלן טרעט פֿון צײַט צו צײַט אויף דער אָפֿיציעלער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, בערל לאַזאַר, און צווישן די ליובאַוויטשער בעל־תּשובֿות וואָלט מען זיכער געקאָנט טרעפֿן פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן, איז דערווײַל אַפֿילו אויף ענגליש נישטאָ קיין פֿאַרכאַפּנדיקע פֿילמען וועגן חב״ד אָדער וועגן דעם ליובאַוויטשער רבין.

עס זענען יאָ פֿאַראַן אַ צאָל קורצע דאָקומענטאַרן, פֿון 20 ביז 40 מינוט, וואָס דערציילן אויף רוסיש וועגן דעם שווערן חסידישן לעבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. זיי זענען צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, אָבער זעען אויס אַמאַטאָריש און בלײַבן כּמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט. דעם ברייטן צוקוקער איז, אַוודאי, אַ סך אינטערעסאַנטער אַ דראַמע וועגן אַן „אָפּגעפֿאָרן‟ און „עקזאָטיש‟ ייִדיש־רעדנדיק מיידל. דערצו, האָט מען סײַ די מיני־סעריע, סײַ דאָס איבערגעזעצטע בוך, רעקלאַמירט אין רוסלאַנד, צוליב גיי ווייס וועלכע סיבות, ווי „נאָר פֿאַר דערוואַקסענע”. אַוודאי, האָט אַזאַ קלאַסיפֿיקאַציע נאָך מער פֿאַרנײַגעריקט דעם עולם.

אַזוי צי אַנדערש, איז וויכטיק צו ווײַזן דעם ברייטן רוסישן עולם, אַז די פֿרומע ייִדישקייט איז ברייטער, ווי די סטעראָטיפּישע פֿאַרצײַטישע שטעטלעך פֿון שלום־עליכמס ראָמאַנען, חב״ד און די ישׂראלדיקע „געשטריקטע יאַרמלקעס‟.

ס׳איז שווער דורכצופֿירן אַ סטאַטיסטישן חשבון פֿון די אָפּרופֿן, אָבער צווישן פֿרישע קאָמענטאַראָרן אויף פֿאַרשיידענע רוסישע קינאָ־וועבזײַטן טרעפֿן זיך כּסדר סימפּאַטישע ווערטער לטובֿת סאַטמאַר. אַפֿילו די פּרטים, וואָס דזשולי דזשאָנס האָט קריטיקירט אין Forward ווי אויסגעריסענע פֿונעם קאָנטעקסט, האָבן אַ טייל צוקוקער – ווײַזט אויס, נישט קיין ייִדן – דן געווען לכף־זכות.

פֿאַר דער חופּה־סצענע אינעם פֿילם, למשל, גאָלט מען אָפּ די האָר בײַ דער יונגער אסתּי. שרײַבן געוויסע מענטשן: אַ שווער לעבן… אָבער וואָס פֿאַר אַ אינטערעסאַנטע מינהגים האָבן זיי!” זיי באַמערקן אויך, אַז יענע „עקזאָטישע‟ אַמעריקאַנער חסידים זעען אויס ווי „עכטע‟, אויטענטישע, אָן קיין מאָדערנע פּשרות.

אַזוי צי אַנדערש, איז מערקווירדיק, אַז סאַטמאַר, גאָר אַ וויכטיקער טייל פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדיש־רעדנדיקן ציבור, רופֿט אַרויס אַ לעבעדיקן אינטערעס אין רוסלאַנד – אַ חשובֿן טייל פֿונעם היסטאָרישן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.