ייִדישיסטן פּראַווען 400 יאָר ייִדיש לעבן אין האַמבורגYiddishists mark 400 years of Jewish life in Hamburg
מע וועט פֿאָרלייענען לייב קוויטקאָס ווערק און פֿאָרלייענען אַ דראַמע וועגן ייִדיש־רעדער וואָס מע האָט אײַנגעזעצט אין משוגעים-הויז.
אין דײַטשלאַנד מערקט מען הײַיאָר אָפּ 1,700 יאָר פֿון ייִדישן לעבן אין לאַנד דורך אַ צאָל אַקטיוויטעטן ווי, למשל, כּשרע שפּײַז־אויסשטעלונגען, דאָס פֿײַערן ייִדישע יום־טובֿים און פֿאַרשידענע מינים ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען.
ווי אַ טייל פֿון דער אָפּמערקונג, פֿירט די שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש דורך אירע אייגענע אַקטיוויטעטן, באַטאָנענדיק 400 יאָר ייִדישן לעבן אין דער שטאָט האַמבורג.
אין דער ערשטער אונטערנעמונג פֿון דער סעריע, דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אָנלײַן, האָט ד״ר דניאל אלון רעפֿערירט וועגן דעם קאָנטראָווערסאַלן מיזרח־אייראָפּעיִשן פֿילאָסאָף, שלמה מײַמון (1753־1800), וואָס איז געווען אַ תּלמוד־חכם אָבער אַ הייסער קריטיקער פֿון חסידות. מײַמון האָט אויך זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות איבערצוצײַגן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אַריבערצוגיין אויף דײַטש. דער באַקאַנטער מסכּיל, משה מענדלסאָן, און דער פֿילאָסאָף, אימאַנועל קאַנט, האָבן ביידע געהאַלטן שלמה מײַמון פֿאַר אַ דוגמא פֿאַר די טראַדיציאָנעלע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
די אַנדערע דרײַ אַקטיוויטעטן האָט מען שוין געפֿירט פּנים־אל־פּנים. די ייִדישע סוחרטע, גליקל פֿון האַמעל (1646־1724), איז געווען די טעמע פֿונעם צווייטן רעפֿעראַט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין יוני. זי איז געווען די ערשטע פֿרוי צו פּובליקירן אירע זכרונות, און געטאָן האָט זי עס אויף מערבֿ־ייִדיש. ד״ר דיאַנאַ מאַטוט, אַ ספּעציאַליסטקע פֿון מערבֿ־ייִדיש, האָט געגעבן אַ הקדמה און דערנאָך האָט די רעדנערין סטעלאַ יורגענסען רעפֿערירט וועגן גליקלס ווערק, לייענענדיק אויסצוגן פֿון אירע זכרונות, באַגלייט מיט מוזיק פֿון „שׂימחת הנפֿש‟ — אַ קאַפּעליע וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין ייִדישע לידער און מוזיק פֿון הונדערטער יאָרן צוריק.
דעם 22סטן אויגוסט וועט די געזעלשאַפֿט זיך אָפּגעבן מיטן סאָוועטיש־ייִדישן שרײַבער, לייב קוויטקאָ, וועלכער האָט צווישן 1922 און 1926 געאַרבעט אינעם האַמבורגער האַוון, וווּ מע האָט אײַנגעשפּײַכלערט לעדער פֿון דרום־אַמעריקע וואָס מע האָט דערנאָך איבערגעשיקט צו די פֿאַבריקן אין רוסלאַנד. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז האַמבורג האָט טאַקע אַ מאָל געהאַט אַ ממשותדיקע ייִדיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג.
אין זײַן בוך ייִדישע דערציילונגען, „ריאָגראַנדער פֿעל‟ („מעלוכע־פֿאַרלאַג‟ פֿון אוקראַיִנע, 1928) באַשרײַבט קוויטקאָ אַ סך פּרטים פֿונעם סאָציאַלן און פּאָליטישן לעבן אין האַמבורג, בפֿרט די טיפֿע אָרעמקייט וואָס ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן בשעת זײַנע שפּאַצירן איבער די גאַסן. דאָס שווערע דלות איז געווען אַ בולטער איבערבלײַב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. קוויטקאָ האָט אויך קאָמענטירט וועגן דעם אויפֿקום פֿון דער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע, וואָס האָט במילא נאָך מער אָפּגעטיילט די אָרעמע לײַט פֿונעם מיטעלן און העכערן קלאַס.
דאָס וואָס קוויטקאָ האָט גענומען די קריוודע פֿאַר די אָרעמע איז נישט קיין חידוש; ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער „קאַ־פּע־דע‟ (דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי) און האָט אַפֿילו אָנטייל גענומען אין דעם קאָנטראָווערסאַלן „האַמבורגער ווידערשטאַנד‟, וואָס די קאָמוניסטן האָבן איניציִיִרט קעגן דער אָרטיקער רעגירונג.
זונטיק, דעם 19טן סעפּטעמבער, וועט פֿאָרקומען די לעצטע אונטערנעמונג פֿון דער סעריע: אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון דער דראַמע, „איך גיי אויס פֿאַר בענקעניש‟, מיטן אַקטיאָר בנימין־ליו קלאָן. די פּיעסע דערציילט די פּײַנלעכע געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן קיין אַמעריקע בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, וואָס די אינסטאַנצן אין עליס־אײַלאַנד האָבן תּיכּף באַצייכנט פֿאַר „צוריקגעשטאַנענע‟ און זיי צוריקגעשיקט קיין דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט זיי אַרײַנגעגעבן אינעם „משוגעים־הויז‟ אין האַמבורג־פֿרידריכסבערג. קיינער אין דער אינסטיטוציע האָט נישט גערעדט קיין ייִדיש און מע האָט די ייִדישע פּאַציענטן באַהאַנדלט אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן.
דורך די פֿיר פּרעזענטאַציעס האָפֿט די שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט צו געבן אַ קלאָר בילד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין האַמבורג פֿאַר די הײַנטיקע אײַנוווינער פֿון דער שטאָט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor