ווידעאָ: ר׳ יום טובֿ עהרליך זינגט זײַן ליד, „וויליאַמסבורג‟WATCH: Rabbi Yom Tov Ehrlich sings his song, “Williamsburg”
דער קלאַסישער זינגער און מחבר פֿון לידער האָט געלויבט דעם הײַנטיקן צענטער פֿונעם אונגערישן ייִדיש, כאָטש ער אַליין איז געווען אַ ליטוואַק.
הײַנט איז דער ברוקלינער קוואַרטאַל וויליאַמסבורג באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע חסידישע צענטערס אין דער וועלט, וווּ דער עולם רעדט אויפֿן אונגערישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. צו טרעפֿן דאָרטן אַן עכטן ליטוואַק איז אַ זעלטנקייט ווײַל די וויליאַמסבורגער אייניקלעך פֿון ליטוואַקעס האָבן איבערגענומען דעם מערהייט־אַקצענט.
ס’איז אינטערעסאַנט, אַז דער באַקאַנטער מוזיקער, ר׳ יום־טובֿ עהרליך (1914-1990), וועלכער האָט פּרעכטיק באַזונגען וויליאַמסבורג איז זײַנע לידער, איז געווען דווקא אַ ליטוואַק, ווי מע קען הערן בײַ זײַן זינגען. געבוירן איז ער אינעם רײַסישן שטעטל, קאָזשאַן־האָראָדאָק. אויף דער אינטערנעץ קען מען אַראָפּלאָדן אַ יזכּור־בוך פֿונעם שטעטל, וווּ עס ווערט פּרטימדיק דערציילט וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון אָט־דעם אָרט. די ערשטע 112 זײַטן זענען אויף העברעיִש; נאָך דעם איז אַלץ אויף ייִדיש.
אַזוי ווי אַ סך ייִדן אין דער געגנט, איז יום־טובֿ עהרליך דערצויגן געוואָרן בײַ אַ קאַרלין־סטאָלינער משפּחה און געבליבן זײַן גאַנץ לעבן געטרײַ דער דאָזיקער חסידישער טראַדיציע. זײַן טאַטע, משה עהרליך, איז אויך געווען אַ מוזיקער און אַ בעל־תּפֿילה אינעם הויף פֿונעם סטאָלינער רבין.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ערליך עוואַקויִרט געוואָרן אינעם סאָוועטישן אוזבעקיסטאַן, צוזאַמען מיט די אַנדערע ייִדן פֿון דער געגנט. אַ דאַנק דעם, האָט ער איבערגעלעבט דעם חורבן. די יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין צענטראַל־אַזיע, האָבן טאַקע משפּיע געווען אויף זײַנע שפּעטערדיקע מוזיקאַלישע ווערק.
נאָך דער מלחמה איז יום־טובֿ עהרליך אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין וויליאַמסבורג. זײַענדיק אַ באַגאַבטער מוזיקער, האָט ער זיך מפֿרנס געווען מיטן זינגען אויף שׂימחות; זײַן ערשטער אַלבאָם, „ייִדיש נחת‟, איז אַרויס אין 1960; זינט דעמאָלט זענען זײַנע אוידיאָ־קאַסעטן געוואָרן באַקאַנטע חסידישע בעסטסעלערס. בסך־הכּל, האָט ער אַרויסגעגעבן, צום ווייניקסטן, 36 מוזיק־אַלבאָמען.
עהרלעך האָט כּסדר באַנוצט מאָטיוון פֿון דער קלאַסישער און סלאַווישער פֿאָלק־מוזיק, ווי אויך פֿון דער כּלי־זמרישער ירושה. דערפֿאַר קלינגען זײַנע לידער אַ סך מער טראַדיציאָנעל און מיזרח־אייראָפּעיִש, ווי די נײַע מוזיקאַלישע פּראָדוקציע פֿון די הײַנטיקע חסידים. למשל, אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ אויף „יוטוב”, אָנהייבנדיק פֿון דער אַכטער מינוט, קענט איר הערן זײַן ליד, „וווּ איז מײַן געסעלע, וווּ איז מײַן שטוב, וווּ איז דאָס מיידעלע, וואָס איך האָב ליב‟. לכתּחילה איז דאָס געווען אַ רוסיש ליד, וואָס איז שוין פֿאַר זײַן באַאַרבעטונג געווען באַקאַנט אין דער ייִדישער איבערזעצונג. אַגבֿ, די שוועסטער באַרי האָבן אויך געזונגען דאָס ליד, אָבער דאָס וואָרט „מיידעלע‟ האָבן זיי, אַוודאי, פֿאַרביטן אויף „ייִנגעלע‟. יום־טובֿ עהרלעך האָט דערנאָך אַרײַנגעגעבן אינעם טעקסט אַ ריין־פֿרומען תּוכן.
ס׳רובֿ פֿון זײַנע מוזיקאַלישע ווערק זענען גאַנץ אָריגינעל. אַבֿרהם פֿריד, ליפּע שמעלצער און מרדכי בן דוד זינגען זיי כּסדר. ווייניק מענטשן ווייסן מסתּמא ווער ס׳איז דער מחבר. דאָס ליד „וויליאַמסבורג – איז אַ נײַע וועלט‟ האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט זינגען אויפֿן וויליאַמסבורגער אונגערישן ייִדיש. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט וועגן די רײַסישע וואָרצלען פֿון אָט־דעם שיינעם ווערק.
די לעצטע פּאָר יאָר פֿון זײַן לעבן האָט יום־טובֿ עהרלעך פֿאַרבראַכט מיט זײַנע קינדער און אייניקלעך אין ארץ־ישׂראל; באַערדיקט איז ער אויפֿן הר־הזיתים אין ירושלים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor