Skip To Content
Get Our Newsletter
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe
Yiddish

טערמין פֿון אַלוועלטלעכן ייִדישן מוזיק־קאָנקורס פֿאַרלענגערט ביזן 31סטן אויגוסטDeadline for international Yiddish music contest extended to August 31

דער קאָנקורס — די „באָבע־פּרעמיעס‟ — איז דער גרעסטער פֿאַרמעסט פֿון נײַע ייִדישע לידער און כּלי־⁠זמר־קאָמפּאָזיציעס אויף דער וועלט.

די אָרגאַניזירער פֿון די „באָבע־פּרעמיעס‟ — דער גרעסטער קאָנקורס פֿון נײַע ייִדישע לידער און כּלי־⁠זמר־קאָמפּאָזיציעס אויף דער וועלט — האָבן געמאָלדן אַז מע האָט פֿאַרלענגערט דעם טערמין אַרײַנצושיקן די שאַפֿונגען ביזן 31סטן אויגוסט 2021.

די געווינער וועלן באַקומען פּריזן פֿון $200 ביז $1,000.

פֿאַראַיאָרן האָט דער קאָנקורס צוגעצויגן לידער פֿון 136 זינגער און מוזיקער אין 22 לענדער. צווישן די באַלוינטע לידער זענען געווען דזשאַש וואַלעצקיס „דער תּלין“, וועגן דעם מאָרד פֿון דזשאָרדזש פֿלויד, און עפֿים טשאָרניס און סוזאַנאַ גערגוסעס „ס׳איז דרום־אַמעריקע“.

די לידער דאַרפֿן געהערן צו איינער פֿון פֿיר קאַטעגאָריעס:

1) דאָס בעסטע אָריגינעלע ליד אויף ייִדיש

2) דאָס בעסטע ליד אויף ייִדיש וואָס איז צום טייל אָריגינעל (עס קען זײַן אַן אַלט ליד מיט נײַער מוזיק; אַ ייִדיש זינגליד מיט נײַע סטראָפֿעס אויף אַן אַנדער שפּראַך, אָדער אַ נײַער ייִדישער טעקסט וואָס באַגלייט אַלטע מוזיק)

3) די בעסטע אָריגינעלע קלעזמער־קאָמפּאָזיציע

4) דער בעסטער נײַער מוזיק־ווידעאָ (אַלע מינים).

כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם קאָנקורס, גיט אַ קוועטש דאָ.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Engage

    • SHARE YOUR FEEDBACK

    • UPCOMING EVENT

      NY-12 Candidate Forum

      THE TEMPLE EMANU-EL STREICKER CENTER and Virtual

      Aug 10, 2022

      7 pm ET · 

      Will the last Jew left in New York’s congressional delegation be reelected? Will New York’s senior congresswoman receive another term? Or will one of the newcomers upend Manhattan politics?

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free under an Attribution-Non Commercial-No Derivatives Creative Commons license as long as you follow our republishing guidelines, which require that you credit Foward and retain our pixel. See our full guidelines for more information.

    To republish, copy the HTML, which includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline, and credit to Foward. Have questions? Please email us at help@forward.com.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.