קאָנקורס פֿאַר אָריגינעלע לידער אויף ייִדיש און קלעזמער־קאָמפּאָזיציעסContest seeks original Yiddish songs and klezmer compositions
„באָבע־פּרעמיעס“, אײַנגעאָרדנט דורכן פֿעסטיוואַל, „קלעזטיוואַל“, האָט פֿאַראַיאָרן צוגעצויגן לידער פֿון 136 זינגער און מוזיקער אין 22 לענדער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די „באָבע־פּרעמיעס“, דער גרעסטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿאַר נײַע ייִדישע לידער און קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס אויף דער וועלט, האָט לעצטנס אַנאָנסירט די פּרטים פֿונעם הײַיאָריקן קאָנקורס.
פֿאַראַיאָרן האָט דער קאָנקורס צוגעצויגן לידער פֿון 136 זינגער און מוזיקער אין 22 לענדער. צווישן די באַלוינטע לידער פֿאַראַיאָרן זענען געווען דזשאַש וואַלעצקיס, „דער תּלין“, וועגן דעם מאָרד פֿון דזשאָרדזש פֿלויד און עפֿים טשאָרני און סוזאַנאַ גערגוסעס, „ס׳איז דרום־אַמעריקע“.
מע בעט מוזיקער און זינגער אַרײַנצושיקן נײַע שאַפֿונגען פֿונעם ייִדישן יאָר 5871 (פֿון סעפּטעמבער 2020 ביז אויגוסט 2021).
מע בעט לידער און קאָמפּאָזיציעס אין פֿיר קאַטעגאָריעס:
1) דאָס בעסטע אָריגינעלע ליד אויף ייִדיש
2) דאָס בעסטע ליד אויף ייִדיש וואָס איז צום טייל אָריגינעל (עס קען זײַן אַן אַלט ליד מיט נײַער מוזיק; אַ ייִדיש זינגליד מיט נײַע סטראָפֿעס אויף אַן אַנדער שפּראַך, אָדער אַ נײַער ייִדישער טעקסט וואָס באַגלייט אַלטע מוזיק)
3) די בעסטע אָריגינעלע קלעזמער־קאָמפּאָזיציע
4) דער בעסטער נײַער מוזיק־ווידעאָ (אַלע מינים ).
די לידער, קאָמפּאָזיציעס און ווידעאָס מוז מען אַרײַנשיקן ביזן 22סטן אויגוסט.
די געווינער וועלן אויסגעקליבן ווערן סײַ דורך אַ זשורי, סײַ דורך אַ פּאָפּולערער אָפּשטימונג. מע וועט אויך צוטיילן אַ פּריז פֿאַרן בעסטן ייִדישן ליד פֿון לאַטײַן־אַמעריקע. די געווינער, וועמען מע וועט אַנאָנסירן בשעת „קלעזטיוואַל“, אין אָקטאָבער, וועלן באַקומען פּריזן פֿון $100 ביז $500.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
