ליד פּראָטעסטירנדיק מאָרד פֿון דזשאָרדזש פֿלויד איז צווישן די געווינער פֿון די „באָבע־פּרעמיעס“ Song decrying murder of George Floyd among winners of Bubbe Prizes
דער קאָנקורס פֿון אָריגינעלע ייִדישע לידער, קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס און מוזיק־ווידעאָס האָט צוגעצויגן 136 זינגער און מוזיקער פֿון 22 לענדער.
שבת, דעם 24סטן אָקטאָבער, האָט מען אַנאָנסירט די געווינער פֿון די „באָבע־פּרעמיעס“, אַן אַלוועלטלעכן קאָנקורס פֿון נײַע ייִדישע לידער און מוזיק־ווידעאָס, בעת אַ צוטיילונג־צערעמאָניע, טראַנסמיטירט דורך יוטוב.
דער קאָנקורס איז אײַנגעאָרדנט געוואָרן ווי אַ טייל פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 17טן ביזן 25סטן אָקטאָבער אין סאַן־פּאַולאָ, בראַזיל. זינט מע האָט אין יולי 2020 געמאָלדן וועגן דעם קאָנקורס איז דער אָפּרוף געווען אַ גאָר פּאָזיטיווער. 136 זינגער און מוזיקער פֿון 22 לענדער האָבן אַרײַנגעשיקט לידער און מוזיק־ווידעאָס וואָס זיי האָבן געשאַפֿן במשך פֿונעם יאָר 5780 (סעפּטעמבער 2019 ביז אויגוסט 2020). דער זשורי האָט אויסגעקליבן 10 פֿינאַליסטן אין דרײַ קאַטעגאָריעס: די בעסטע נײַע מוזיק־ווידעאָס, די בעסטע אָריגינעלע ייִדיש־שפּראַכיקע לידער, און די בעסטע נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס. די לידער פֿון דער לעצטער רונדע האָט מען טראַנסמיטירט מיט אַ וואָך פֿריִער אין דרײַ באַזונדערע פּראָגראַמען, כּדי דער עולם זאָל אויך האָבן אַ געלעגנהייט צו שטימען. אין דער קאַטעגאָריע „בעסטע אָריגינעלע ייִדיש־שפּראַכיקע לידער“ האָט דער זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿונעם „קלעזמאַטיקס“־זינגער לאָרין סקלאַמבערג; דער דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ — אַבֿרהם ליכטנבוים, און די זינגערין עטל ריים, אויסגעקליבן פֿיר פֿון די 38 לידער וואָס מע האָט זיי אַרײַנגעשיקט.
אויפֿן ערשטן אָרט האָט דער זשורי אויסגעקליבן דאָס ליד פֿונעם מאָלדאַווישן זינגער עפֿים טשאָרני און די פּיאַניסטקע סוזאַנאַ גערגוס — „ס׳איז דרום־אַמעריקע“. דער עולם אינטערנעץ־באַזוכער האָט אויסגעקליבן די בראַזיליאַנער זינגערין טאַניע גרינבערגס ליד „נײַע וועלט“ ווי זײַן באַליבטסטע דורך אַ פּאָפּולערער אָפּשטימונג. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען אויסגעקליבן צוויי לידער: „דער תּלין” פֿונעם אַמעריקאַנער זינגער דזשאַש וואַלעצקי,וועגן דעם מאָרד פֿון דזשאָרדזש פֿלויד און „די לבֿנה באַדעקט איר שמייכל“ פֿון שירה לופּאָווסקי. אויפֿן דריטן אָרט האָט מען באַלוינט די אַמעריקאַנער חזנטע שׂרה מײַערסאָן פֿאַר איר ליד „מאַמע, מאַמע, זאָג מיר דאָס“. אַלע נאָמינירטע לידער קען מען זען דאָ.
אין דער קאַטעגאָריע „בעסטע נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס“ האָט דער זשורי אויסגעקליבן דעם אַמעריקאַנער מוזיקער נאַט סעלענס ליד „סוויטע 1973“ ווי דאָס בעסטע און דער עולם אינטערנעץ־באַזוכער האָט געשטימט פֿאַרן אוקראַיִנער מוזיקער מיטיאַ געראַסימאָוו פֿאַר זײַן קאָמפּאָזיציע, „רוסישער קאָזאַטשאָק“. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען פּרעמירט ניקאָלאַס קאָטעניעס קאָמפּאָזיציע „אַ חסידל פֿאַרן נײַעם לעבן“. דער געווינער אויפֿן דריטן אָרט איז געווען דער אוקראַיִנער קאָמפּאָזיטאָר גענאַדי פֿאָמין פֿאַרן ליד „גאָלדענער פֿיש“. אַלע נאָמינירטע ווערק אין דער קאַטעגאָריע נײַע קלעזמער־מוזיק, קען מען הערן דאָ.
אין דער קאַטעגאָריע „בעסטע מוזיק־ווידעאָס“ זענען די געווינער געווען דניאל קאַהן און סוועטאַ קונדיש פֿאַר זייער נוסח פֿון סאָלאָמאָן סמאַלס „דער מענטשן־פֿרעסער“, אַ ליד וועגן מגפֿות, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן אין 1916.
די אינטערנעץ־באַזוכער האָבן אויסגעקליבן יוני אילתס ווערסיע פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד „זאָל זײַן“ ווי זייער באַליבטסטע אין דער קאַטעגאָריע.
אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען באַלוינט לאה קאַליש פֿאַר איר ליד „דער אשת־חיל פֿון היפּ־האָפּ“.
און אויפֿן דריטן אָרט האָט דער זשורי אויסגעקליבן דעם דרום־אַפֿריקאַנער רעפּ־זינגער סאַם טורפּינס ליד Sahara Flow (דאָס פֿליסן פֿונעם סאַהאַראַ־מידבר).
אַלע נאָמינירטע מוזיק־ווידעאָס קען מען זען דאָ.
יעדער פּרעמיערטער מוזיקער, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר וועט באַקומען אַ געלטפּריז צווישן $200 און $1,000.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO