ווידעאָ: לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר — „בשנה הבאה‟ אויף ייִדישWelcome the new year with “Bashana Haba’a” in Yiddish
די ייִדישע איבערזעצונגען שטרײַכן אונטער די ווערטער, לכתּחילה געווידמעט דער טעמע פֿון שלום און סאָציאַלן יושר.
דאָס העברעיִשע ליד „בשנה הבאה‟ („אינעם קומענדיקן יאָר‟ אויף העברעיִש) איז שוין יאָרן לאַנג באַקאַנט ייִדן איבער דער גאָרער וועלט.
דאָס ליד, אויף דער מוזיק פֿון נורית הירש און די ווערטער פֿון אהוד מנור, האָט זיך באַוויזן אינעם יאָר 1970. צום ערשטן מאָל האָט עס געזונגען דער דועט „אילן און אילנית‟ פֿון שלמה צח און חנה דרעזנער־צח – אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק, גוט באַקאַנט צווישן די 1960ער און 1980ער יאָרן.
ווי אַ קינד אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָב איך געהאַט אַ טאַשמע, וווּ מע האָט געזונגען, צווישן אַנדערע רעקאָרדירונגען, „בשנה הבאה‟ פֿון „אילן און אילנית‟ און עטלעכע לידער אויף ייִדיש. אין די שפּעטערדיקע יאָרן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען איבערגעגעבן קאָפּיעס פֿון יענער טאַשמע פֿון האַנט צו האַנט. איך האָב אָבער באַטראַכט דאָס ליד ווי אַ ספּעציפֿיש העברעיִשע שאַפֿונג, וואָס האָט צו ייִדיש נישט קיין שײַכות. פֿאָרט, ווײַזט דער דאָזיקער בײַשפּיל, ווי פּאָפּולער דאָס ליד איז געווען.
דער נאָמען פֿונעם ליד איז, אַוודאי, אַ וואַריאַציע פֿון דער ברכה „לשנה הבאָה בירושלים‟, וואָס מע ווינטשט אַלעמען יום־כּיפּור נאָך נעילה, ווי אויך פּסח נאָכן סדר. אינעם טראַדיציאָנעלן זין האָט די דאָזיקע ווינטשעוואַניע, אַוודאי, ווייניק צו טאָן מיט דער גשמיותדיקער געאָגראַפֿיע; מע ווינטשט יענעם צו דערלעבן ביז משיחס צײַטן, ווען אין דער גאַנצער וועלט וועט הערשן שלום און גליק; ס׳איז אַ ברכה פֿונעם תּיקון־עולם.
עס זענען אויך פֿאַראַן צוויי ייִדישע איבערזעצונגען דערפֿון: איין וואַריאַנט איז אַן אָפּטימיסטיש לינק־געשטימט שלום־ליד, זייער פּאַסיק פֿאַר דער ראָש־השנהדיקער טעמע פֿונעם תּיקון־עולם, און דער צווייטער – נישט אַזוי פּאָליטיש, אָבער אויך שלום־געשטימט און אפֿשר נאָך מער אָפּטימיסטיש.
מע קאָן זאָגן, אַז דער ערשטער ייִדישער וואַריאַנט, געזונגען פֿונעם באַקאַנטן פּויליש־געבוירענעם ישׂראלדיקן זינגער יעקבֿ שאַפּיראָ, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַקטועלע לינק־געשטימטע אינטערפּרעטאַציע פֿון יענער משיחישער ברכה, קעגן ראַסיזם, קעגן קאָנפֿליקטן צווישן פֿעלקער: „איר וועט זען, איר וועט זען, וואָס אַ מאָל וועט געשען, ווען דער שלום וועט זײַן אויף דער וועלט.‟ דאָס אָריגינעלע העברעיִשע ליד האָט שוין אַן ענלעכן טעם, נאָר אין שאַפּיראָס ייִדישער ווערסיע ווערט ער נאָך בולטער.
די צווייטע ווערסיע זינגען מרים קרעסין און סימאָר רעכטצײַט. ביידע זענען געווען פּויליש־געבוירענע אַקטיאָרן, וואָס האָבן געשפּילט אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. זייער ווערסיע האָט אויך צו טאָן מיטן סאָציאַלן יושר. צי די צוויי ווערסיעס זענען פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער, איז אַ גוטע קשיא, וואָס וואָלט געווען כּדאַי דורכצופֿאָרשן.
וואָס שייך דעם אָריגינעלן העברעיִשן ליד, האָט מנור (ווײַנער) עס אָנגעשריבן לזכּרון זײַן ייִנגערן ברודער, יהודה ווײַנער, וועלכער איז אומגעקומען אין 1968 בעת אַן אויסבראָך פֿון דער מלחמה צווישן מדינת־ישׂראל און עגיפּטן. סײַ אינעם אָריגינאַל, סײַ אין די איבערזעצונגען שפּילט אַ שליסל־ראָלע דער אימאַזש פֿון פֿרײַע פֿייגל – באַקאַנטע ייִדישע סימבאָלן פֿון פֿרידן און פֿרײַהייט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor