Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון וואַנען שטאַמען די וווּנדערלעכע ימים־נוראָיִמדיקע פּיוטים?The roots of those wonderful liturgical poems of the High Holy Days

די גראַמאַטיק און וואָקאַבולאַר אין די פּיוטים שיידן זיך שטאַרק אונטער פֿונעם לשון־קודש פֿון מיטל־עלטער.

די פֿיר קשיות, וואָס קינדער (און בײַ אַ סך משפּחות — דערוואַקסענע אויך) פֿרעגן בײַם פּסחדיקן סדר,ציִען צו דעם אויפֿמערק צו דער אומגעוויינטלעכער סעודה, ווען מע עסט מצה און מרור. יום־כּיפּור, פֿאַרשטייט זיך, עסט מען נישט, נאָר צווישן די מינהגים און הלכות פֿונעם יום־טובֿ זענען גענוג אַזעלכע, וואָס ס׳בעט זיך אויף זיי אויך צו פֿרעגן אַ גוטע פּאָר קשיאות.

קודם־כּל, פֿאַרוואָס ווינטשט מען איינער דעם אַנדערן „אַ גוטן יום־טובֿ‟? ס׳איז דאָך דער יום־הדין! ווען מע פֿאָדערט בײַ עמעצן, חלילה, יאַווען זיך אין געריכט, רופֿט עס נישט אַרויס קיין שׂימחה. סײַדן ווען עמעצער איז אַ גרויסער בעל־בטחון און גלייבט, אַז ער וועט געראַטעוועט ווערן פֿון אַלע צרות. דאָס איז דער פֿאַרשפּרייטער תּירוץ: מיר גלייבן, אַז נישט געקוקט אויף דער אָנגעצויגענער אַסמאָספֿער פֿונעם טאָג, האָט דער רבונו־של־עולם רחמנות אויף אונדז, און דערפֿאַר בלײַבט ער אַ יום־טובֿ.

יום־כּיפּור איז אָנגעפּיקעוועט מיט אומגעוויינטלעכע מינהגים. ס׳איז אַ מיצווה, למשל, זיך דווקא אָנצועסן פֿאַרן פֿאַסטן. אין אַ סך חסידישע קהילות מאַכט מען דרײַ גרויסע סעודות, וואָס זעען אויס ווי עכט שבתדיקע, מיט לחם־משנה און אַפֿילו אַ גלעזל ווײַן. עסן לשם פֿאַסטן? יא, אַזוי טײַטשן אונדזערע חכמים אין דער מסכתּא ברכות: כל האוכל ושותה בתשיעי – מעלה עליו הכתוב כאילו מתענה תשיעי ועשירי – דער וואָס עסט און טרינקט דעם נײַנטן (טאָג אין תּשרי), ווערט אין דער תּורה פֿאַררעכנט ווי דער, וואָס האָט אָפּגעפֿאַסט סײַ דעם נײַנטן, סײַ דעם צענטן.

אין אַ טייל קהילות, בפֿרט בײַ די חסידים, שמײַסט מען אַלע מענער סימבאָלישע מלקות מיט אַ רימען; אַמאָל אין די שטעטלעך פֿלעגט מען עס טאָן לאַוו־דווקא סימבאָליש, נאָר מיט עכטע שמיץ!

און וואָס איז מיטן מאָדערנעם מינהג צו „שלאָגן‟ כּפּרות מיט געלט, אַנשטאָט הינער? מע דרייט איבערן קאָפּ מיט אַ צוואָנציקער און זאָגט דעם געוויינטלעך נוסח, נאָר מיט די ווערטער „זה הכּסף תּלך לצדקה‟ – דאָס געלט וועט גיין אויף צדקה. צי דאַרף מע עס בכלל טאָן, אויב מע גלייבט, אַז די אַלטמאָדישע כּפּרות זענען פֿאַרעלטערט און האָבן דערצו אויסגערופֿן ספֿקות פֿון אָנהייב אָן? זייער אַ מיסטעריעזע מעשׂה.

אַפֿילו דער מינהג צו בלאָזן שופֿר בײַם סוף פֿון נעילה, וואָס איז הײַנט אָנגענומען אומעטום, האָט נישט קיין באַקאַנטעע וואָרצלען. אַ טייל תּימנער ייִדן וואַרטן צוליב דעם ביז נאָך מעריבֿ.

בקיצור, יום־כּיפּור איז, אין אַ געוויסן זינען, דער בעסטער יום־טובֿ צו פֿרעגן קשיאות. בײַ מיר איז די וויכטיקסטע קשיא אַלעמאָל געווען: פֿון וואַנען שטאַמען פֿאַרשיידענע וווּנדערלעכע ימים־נוראָיִמדיקע פּיוטים? אין אַלטע מחזורים טרעפֿט זיי זיך נאָך מער, ווי אין די הײַנטיקע.

די צווייטע קשיא איז: אויף וועמען האָבן זיך געריכט די מחברים? צו זאָגן אַלע יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות מיט אַ קלאָר קול כאָטש מיט וועלכער־ניט־איז כּוונה איז פֿאַקטיש אוממעגלעך. צום באַדויערן, מורמלען זיי אַפֿילו די גרעסטע רבנים סתּם אויף יוצא וועגן. פֿאַרשטייט זיך, שטרעבט יעדער צו פֿאַרשטיין און נעמען ערנסט די „גרויסע‟, עיקרדיקע תּפֿילות, אָבער די לאַנגע, צומאָל ממש ריזיקע טעקסט־פֿראַגמענטן לייענט מען אַבי ווי.

צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם, האָבן די חב״ד־רביים, רבי נחמן בראַצלאַווער און אַ צאָל אַנדערע צדיקים געהייסן זאָגן נאָר די פּיוטים, וואָס דער הייליקער אַריז״ל (רבי יצחק לוריא) פֿלעגט זאָגן. אַזוי אַרום, האָבן זיי „פֿאַרספֿרדישט‟ דעם מחזור, אָבער אויסגעמיטן אַ סך אַלטע, שיינע תּפֿילות.

ווייניק תּלמידי־חכמים און נאָר געציילטע פֿאָרשער פֿאַרנעמען זיך ערנסט מיטן ריזיקן אוצר פֿון פּיוטים בכלל, און מיט די ימים־נוראָיִמדיקע בפֿרט. זייער געשיכטע בלײַבט אָפֿט אַ רעטעניש. למשל, מע דערציילט, אַז דעם באַרימטן „ונתנה תּוקף‟ האָט געשאַפֿן רבי אַמנון פֿון מײַנץ, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון שמדן זיך, און אַ בייזער קיסר האָט אים אָפּגעהאַקט די פֿיס. די פֿאָרשונג האָט אָבער קלאָר געוויזן, אַז די תּפֿילה איז אַ סך עלטער און אַפֿילו די מעשׂה קלינגט, אַדרבה, ווי אַ גילגול פֿון סיפּורים וועגן אַ קריסטלעכן מאַרטירער – עמעראַם רעגנסבורגער.

אַ סך פּיוטים־ווערטער איז שווער צו פֿאַרשטיין. די פּייטנים האָבן זיך באַנוצט מיט אַן אייגן מיסטיש־פּאָעטיש לשון. עס וואָלט געווען כּדאַי צו אָרגאַניזירן ספּעציעלע קלאַסן, וווּ רבנים, חזנים צי סתּם נײַגעריקע ייִדן, וואָלטן געקאָנט עס אויסלערנען און אָפּשאַצן לויט זייער מדרגה.

מיר דאַכט זיך, אַז די פּראָבלעם מיטן „מורמלען, אַבי אָפּגעמורמלט‟ קאָן מען אויך לייזן. מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך שוין דערציילט אונדזערע לייענער וועגן אַהרן וואַראַדיס פּראָיעקט „אָפֿענער סידור‟. מיט דער הילף פֿון הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס קאָן יעדער צונויפֿשטעלן אַן אייגענעם מחזור און אײַנשליסן אַהין די באַליבטע תּפֿילות – אַפֿילו פּערזענלעכע – און צו ענטפֿערן מיט אײַער פּירוש אויף פֿאַרשיידענע ימים־נוראָיִמדיקע קשיאות. אַ צאָל אַזעלכע ווערק קאָן מען שוין אַראָפּלאָדן פֿון וואַראַדיס וועבזײַט

1

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.