Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי חסידים זינגען „אַ סוכּהלע” און ווי די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן זינגט עסHow Hasidim sing “A Sukele” and how Beyle Schaechter Gottesman sings it

יעדער וואַריאַנט פֿונעם ליד האָט אַן אייגענעם טעם און קוקווינקל.

דאָס ליד, „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟, באַגרינדעט אויף אַ פּאָפּולער ווערק פֿון אַבֿרהם רייזען, האָט זיך במשך פֿון יאָרן פֿאַקטיש פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקסליד, וואָס עקסיסטירט, לויט ד״ר איציק גאָטעסמאַן, צום ווייניקסטן, אין דרײַ וואַריאַנטן.

דאַכט זיך מיר, דער פֿאַרשפּרייטער חסידישער נוסח האָט זיך סטאַביליזירט שוין אין די 1990ער יאָרן, ווען איך האָב עס צום ערשטן מאָל געהערט. זינט דעמאָלט האָב איך עס געהערט צענדליקער מאָל אין חסידישע שטיבער און פֿרומע סוכּות־אונטערנעמונגען. אויף וויפֿל איך געדענק, זענען די ווערטער אַלע מאָל געווען די זעלבע – אַחוץ אַ פּאָר וואַקלונגען אינעם גראַמאַטישן מין און פֿאַרשיידענע דיאַלעקטישע הבֿרות. ס׳איז אַפֿילו אַזוי, ווען עס זינגט עס אַ פֿרוי – חיה־ברכה רובין.

אָט איז דער חסידישער נוסח פֿון ליד:

אַבֿרהם רייזען איז געווען אַן עכטער פֿאָלקספּאָעט, און דערצו גאָר אַ פּראָדוקטיווער. דערפֿאַר איז נישט קיין גרויסער חידוש, אַז נאָך אינטערעסאַנטע גילגולים האָט זיך זײַן ליד אַרײַנגעקײַקלט אין דער חסידישער וועלט.

דאָס ליד הייסט „אין סוכּה‟; אין זײַן ווערסיע טרעפֿן נישט קיין טראַגישע געשעענישן. אַ ווינט האָט נאָר אַ בלאָז געגעבן אין אַ סוכּה, און דאָס ליכטעלע האָט דאָרט ווײַטער רויִק געברענט.

דער וואַריאַנט שיידט זיך ממשותדיק אונטער פֿונעם פֿאַרשפּרייטן חסידישן נוסח. דער עולם האָט צוגעגעבן עטלעכע קופּלעטן. אין איר ווערסיע האָט אַ מאַן זיך „מיט צרות צונויפֿגעקלאַפּט‟ אַ סוכּהלע. בײַ נאַכט, גלײַך נאָכן קידוש, האָט אַ ווינט אַרײַנגעבלאָזן און פֿאַרלאָשן די ליכט. זײַן ווײַב האָט „מיט אַ גרויס געוויין, מיט אַ ביטער געשריי‟ געטעהנט, אַז דער ווינט וועט באַלד אין גאַנצן צעוואַרפֿן זייער סוכּהלע. באַרויִקט זי דער מאַן און זאָגט צו: „וויפֿל ווינטן ס׳וועלן ברומען, וויפֿל דורות ס׳וועלן קומען, דאָס סוכּהלע וועט אייביק שטיין‟.

די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז נישט געווען קיין פֿרומע, זינגט דווקא זייער אַ טראַדיציאָנעלע ווערסיע. זי האָט בכלל ליב געהאַט עכט ייִדישלעכע מאָטיוון.

ווי באַקאַנט, סימבאָליזירט „סוכּת דוד הנופֿלת‟ (דודס פֿאַלנדיקע סוכּה) סײַ דעם אומרויִקן מצבֿ פֿון ייִדן אין גלות, סײַ זייער פֿעיִקייט איבערצולעבן וועלכע־ניט־איז צרות. אַפֿילו די פֿיגור פֿון דער וויינענדיקער פֿרוי קאָן מען אָפּטײַטשן ווי דער ענין פֿון גלות־השכינה – הגם, מעגלעך, פֿאַרגיי איך דאָ צו ווײַט אין מײַן אינטערפּרעטאַציע.

לאָמיר זיך איצט ווידער צוהערן צום חסידישן נוסח און באַטראַכטן זײַנע ווערטער. קיין מאָטיוו פֿון צרות און אומרויִקייט איז נישטאָ. ס׳איז אויך נישטאָ קיין פֿרוי – אַנשטאָט איר, באַווײַזט זיך אַ טעכטערל! ס׳איז דורכאויס אָפּטימיסטיש און דידאַקטיש. אַזוי ווי אין רייזענס אָריגינאַל, האָט דער ווינט קיין ליכט נישט פֿאַרלאָשן. דער ווינט האָט איבערגעשראָקן דאָס קינד, נאָר דער טאַטע האָט איר מסביר געווען, אַז ס׳איז נישטאָ וואָס זיך צו זאָרגן. יאָ, זענען מיר שוין באַלד 2,000 יאָר אין גלות, און מיר לעבן ווײַטער.

פּערזענלעך, געפֿעלט מיר שעכטער־גאָטעסמאַנס סטיל אַ סך מער. פֿאַרגלײַכט אַליין און מאַכט אײַערע אויספֿירן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.