Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: אַ שׂימחת־תּורה ליד געשאַפֿן אין גולאַגVIDEO: A Simchas Torah song written in the gulag

בלויז פֿאַרן קריטיקירן סטאַלינס שליסן די ייִדישע שולן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז קערלער אָפּגעזעסן פֿינעף יאָר לאַנג.

אינעם יאָר 1953, זײַענדיק פֿאַרשפּאַרט אינעם סאָוועטישן גולאַג, האָט דער ייִדישער פּאָעט יוסף קערלער ז״ל געשאַפֿן דאָס ווײַטערדיקע שׂימחת־תּורה-ליד:

כאָטש מיר זענען זייער ווײַט פֿון פֿרייד / ווײַט פֿון פֿאַרגעניגן / לאָמיר, ברידער, שטילינקערהייט / אַ זינג טאָן אונדזער ניגון.

שׂימחת תורה, אַלץ איז דאָך כּדאי / אויף דער וועלט דער גרויסער / אין דער ווײַטער, זייער ווײַטער פֿרײַ / קלינגען גילדענע כּוסות.

ס’איז דער חושך שוין אַזוי געדיכט / ס’באַהאַלטן זיך די שטערן / ס’וועט זיך אָבער דורכברעכן דאָס ליכט / ווײַט וועט נאָענט ווערן.

אין 1998 האָט דער מוזיקער מענדי קאַהאַן, בשותּפֿות מיטן פּאָעטס זון, ד״ר דובֿ־בער קערלער, פֿילמירט, ווי דער מחבר זינגט עס אין ירושלים.

מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער וועגן אַן אַנדער סאָוועטיש־ייִדישער מוזיק־שאַפֿונג, וואָס האָט צו טאָן מיט יום־כּיפּור. דאָרט פֿרייט זיך דער אַנאָנימער מחבר מיט דעם נצחון איבער היטלערן. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אונטער סטאַלינען איז דאָס ייִדישע לעבן אויך נישט געווען קיין האָניק מיט לעקעך. פֿאַרשטייט זיך, איז נישט כּדאַי – לכל־הפּחות, פֿונעם ייִדישן קוקווינקל – צו פֿאַרגלײַכן דעם נאַצי־מאָנסטער, וואָס האָט פּלאַנירט אויסצוהרגענען אַלע ייִדן, און דעם סאָוועטישן טאָטאַליטאַרן פֿירער. פֿון דעסט וועגן, האָט סטאַלין אויך אומגעבראַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע קולטור־טוער און סתּם ייִדן צוליב פֿאַלשע באַשולדיקונגען, ווי אויך דורכגעפֿירט עטלעכע מאַסן־רדיפֿות מיט אַן אַנטיסעמיטישן טעם.

אַזוי צי אַנדערש, קלינגט קערלערס טרויעריק ליד ווי אַ ֿהיפּוך פֿון יענעם „פֿריילעכן כּפּרות־ניגון‟. דער פּאָעט, וואָס איז אויך באַקאַנט ווי אַ שרײַבער און זשורנאַליסט, האָט לכתּחילה מיט אַן אָפֿן האַרצן געשטיצט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געאַרבעט אין „דער עמעס‟ און אַ ריי אַנדערע סאָוועטיש־קאָמוניסטישע אויסגאַבעס און האָט אין 1947 זיך באַזעצט אין ביראָבידזשאַן וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם זשורנאַל, „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.

קערלער איז אָבער באַלד שטאַרק אַנטוישט געוואָרן וואָס סטאַלינס רעגירונג האָט פֿאַרמאַכט די סיסטעם פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע שולן. פֿאַר זײַן „אַנטי־סאָוועטישער נאַציאָנאַליסטישער‟ קריטיק איז דער פּאָעט, נעבעך, אין 1950 פֿאַרמישפּט געוואָרן צו צען יאָר אַרבעט אין קוילן־שאַכטעס אין דער שטאָט וואָרקוטאַ. זיצנדיק אינעם סאָוועטישן לאַגער, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ גרויסע צאָל לידער; איראָניש, האָבן זיך אייניקע פֿון זיי פֿאַרשפּרייט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, כּלומרשט, ווי געשאַפֿענע אין אַ נאַצי־געטאָ.

סטאַלין איז געשטאָרבן אין 1953; אינעם זעלבן יאָר האָט קערלער אָנגעשריבן זײַן ליד. (צי סטאַלין האָט נאָך געלעבט ווען ער האָט דאָס ליד געשאַפֿן, האָט זײַן זון געזאָגט, אַז ער ווייסט נישט.) דער פּאָעט איז אָפּגעזעסן ביז 1955. אינעם יאָר 1971 האָט ער מיט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין ירושלים, געשפּילט דאָרט אַ שליסל־ראָלע אינעם מאָביליזירן די אָרטיקע ייִדישע מחברים, אַרויסגעגעבען עטלעכע זאַמלונגען פֿון זײַנע לידער און געגרינדעט דעם „ירושלימער אַלמאַנאַך‟. נישט ווייניק קערלערס פּאָעטישע ווערק זענען געוואָרן פּאָפּולערע לידער ווי, למשל, „דער טעם־גנענדיקער ניגון‟.

ייִדיש איז אַן אויסערגעוויינטלעך קאָסמאָפּאָליטישע שפּראַך. ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן האָבן געוווינט און געשאַפֿן פֿאַקטיש איבעראַל – פֿון כינע און דעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח ביז קובע און אורוגווײַ. די שטאָט וואָרקוטאַ, וווּ יוסף קערלער איז געזעסן, איז הײַנט די זעקסט־גרעסטע הינטערן אַרקטישן קרײַז, וווּ עס וווינען 52 טויזנט תּושבֿים. ביז איצט ווערט אָבער וואָרקוטאַ אַסאָציִיִרט מיט דער פֿינצטערער סטאַלין־תּקופֿה. די שטאָט גייט ביסלעכווײַז אונטער; גאַנצע געגנטן באַשטייען פֿון פֿאַרלאָזטע ליידיקע בנינים.

ווײַט נישט יעדער וויל בלײַבן אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם מקום, וווּ די ווינטער־טעמפּעראַטור דערגרייכט צומאָל ביז מינוס 60 גראַד פֿאַרענהײַט. אָבער אַ דאַנק יוסף קערלערס ליד, וואָלט וואָרקוטאַ געדאַרפֿט באַקאַנט ווערן ווי דאָס אָרט, וווּ אַ פּראָמינענטער פּאָעט האָט געשריבן ייִדישע לידער.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.